„דאָס בוך פֿון קשיות“ פֿון לאה פֿאַלק

"Book of Questions"

לאה פֿאַלק און ישעיה מאָריס
לאה פֿאַלק און ישעיה מאָריס

פֿון נח באַרעראַ

Published November 13, 2015, issue of December 11, 2015.

„וועלכע סגולות זענען פֿאַראַן צו ווירקן, אַז דאָס קינד, וואָס אין מוטערס בויך, זאָל זײַן אַ זכר אָדער אַ נקבֿה“?

„וואָסערע תּרופֿות, סגולות און מיטלען ווערן אָנגענומען, אַז מע זאָל האָבן געראָטענע קינדער“?

די דאָזיקע פֿראַגעס, וואָס זענען באמת בלויז אַ קליינער מוסטער פֿון די טויזנטער, וואָס געפֿינען זיך אין אַנ־סקיס קלאַסישער שטודיע וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זענען נאָך ממשיך צו דערוועקן דעם כּוח־הדמיון פֿון קינסטלערס, אַפֿילו נאָך הונדערט יאָר.

איינע אַזאַ קינסטלערין, וואָס איז לעצטנס פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון יענע פֿראַגעס, הייסט לאה פֿאַלק, אַ דיכטערין און די קאָאָרדינאַטאָרין פֿון פּראָגראַמען בײַם „ייִוואָ“. „איך בין, עיקרשט, צוגעצויגן געוואָרן צו אַנ־סקיס אַנקעטע“, האָט לאה איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס“, „צוליב דעם פּרטימדיקן טשיקאַווען אינהאַלט פֿון יעדער פֿראַגע.“

זינט לאה האָט פֿאַרענדיקט די גראַדויִר־שול אין מישיגאַנער אוניווערסיטעט, איז זי פֿאַראינטערעסירט אין אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע. זי איז איבערהויפּט אימפּאָנירט געוואָרן פֿון זײַן „גרויסער אַמביציע“, אָנצוזאַמלען כּלערליי ייִדישע אוצרות און אַלטטימלעכקײטן אין דעם תּחום־המושבֿ, מיטן ציל צו שאַפֿן אַ ייִדישע עטנאָגראַפֿיע. מחמת איר איצטיקער אַרבעט בײַם „ייִוואָ“, איז איר אינטערעס אין דער עקספּעדיציע ווידער דערוועקט געוואָרן. „דער אינסטיטוט פֿאַרמאָגט אַ סך מאַטעריאַלן פֿון דער עקספּעדיציע. דאָ האָב איך זיך געלערנט נאָך וועגן די פֿאַרשידענע אָנגעזאַמלטע דאָקומענטן פֿון דער עקספּעדיציע בכלל און וועגן דער ריזיקער אַנקעטע בפֿרט.“

אָבער נישט האָבנדיק גענוג ייִדיש צו לייענען דעם אָריגינעלן דאָקומענט, האָט זי זיך געווענדט צו דער איינציקער ענגלישער איבערזעצונג. „איך האָב געליינט נתנאל דויטשס איבערזעצונג אויף ענגליש און כ׳האָב זייער הנאה געהאַט פֿון די קשיות וועגן דעם אָפּהיטן קינדער.“

ציִענדיק איר יניקה פֿון די דאָזיקע מינים פֿראַגעס, האָט זי אָנגעשריבן לידער אויף ענגליש. לאה באַשרײַבט דעם צוצי־כּוח פֿון די לידער צו איר קינסטלערישן טעם אַזוי: „ווי אַ דיכטערין, בין איך פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויפֿל מע קען אײַנפּאַקן אין איין סטראָפֿע. פֿון דעסטוועגן זענען די פֿראַגעס באַזונדערס צוצויִיִק, ווײַל זיי זענען, אי אַזוי אָנגעפּאַקט מיט פּרטים, אי כאַראַקטעריסטיש ׳שטיל׳, אָן קיין ענטפֿערס פֿון אינפֿאָרמאַנטן.“

נאָך איין קינסטלער, פֿאַרכאַפּט מיט די זעלבע פֿראַגעס, איז געווען לאהס מאַן, ישעיה מאָריס, אַ קאָמפּאָזיטאָר. „צוליב מײַן איבערגעגעבנקײט, האָט מײַן מאַן באַשלאָסן צו שאַפֿן די מוזיק צו מײַנע לידער. אין זײַן קאָמפּאָזיציע, האָט ער געוואָלט, אַז די מוזיק זאָל אָפּשפּיגלען די „פּאַמעלעכקייט“, וואָס איך האָב באַמערקט צווישן די תּשובֿות און ענטפֿערס, און געפּרוּווט דאָס צו כאַפּן. איז דערפֿאַר האָט ער זיך באַניצט מיט געוויסע איבערגעחזרטע מאָטיוון, בפֿרט אין דעם אַרײַנפֿיר.“

לאה דערמאָנט אויכעט, אַז ישעיהס קאָמפּאָזיציע שפּיגלט אָפּ די סטרוקטור פֿון אירע לידער. „בעת איך בין פֿאַראינטערעסירט אין דער באַציִונג צווישן דעם אָביעקטיוון עטנאָגראַף און דעם סוביעקטיוון אינפֿאָרמאַנט“, — דערקלערט לאה, — „האָב איך אינטעגרירט די צוויי טיפּן אין מײַנע לידער. איך מיין, אַז די מוזיק פֿאַרשטאַרקט דעם קאָנטראַסט צווישן דעם עטנאָגראַף און דעם קינד און דערבײַ ברענגט זי אַרויס די טעמע פֿון אומזיכערקײט.“

אָט איז אַ מוסטער פֿון לאה פֿאַלקס אַ ליד אין אַ ייִדישער איבערזעצונג:

פֿאַר דעם אָנהייב

דאָס קינד:

איידער איך בין געבוירן געוואָרן, האָב איך געוווּסט אַלצדינג.
איך בין געווען אַ מאַפּע, איך בין געווען טויזנט ביכער.

עטנאָגראַף:

וועלכע גלויבן זענען פֿאַראַן וועגן דער נשמה איידער עס קומט אַרײַן אין דעם קערפּער?

דאָס קינד:

איך האָב געקענט פֿאָרלייענען די שײַן פֿון די פּלאַנעטן,
וויפֿל עפּל די ערד איז בכּוח צו האַלטן,
די אַלע נעמען פֿון די מלכים און פּרעזידענטן.
איך האָב געוווּסט אַזוי פֿיל, איך האָב געוווּסט די נעמען פֿון
זאַכן, וואָס האָבן נאָך נישט פּאַסירט…

דעם 20סטן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען אין דער שיל אויף עלדרידזש־גאַס די פּרעמיערע, וואָס וועט פֿאָרשטעלן נײַן לידער פֿון דעם פּאָרפֿאָלק.