אַ טאָפּלטע אַנטיסעמיטישע בוכהאַלטעריע

A Doubly Anti-Semitic Accounting


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 15, 2015, issue of December 11, 2015.

דער גרױסער שלום־עליכם האָט ליב געהאַט אױסצוטראַכטן װערטער און אױסדרוקן, װעלכע קלינגען גאַנץ ייִדיש, אָבער אין דער אמתן אַזעלכע װערטער און אױסדרוקן עקזיסטירן ניט. אײנער פֿון אַזעלכע אױסדרוקן איז: „ס’איז װי פֿון יעקעקע ביז יעבעבע‟ (די קאָמעדיע „דאָס גרױסע געװינס‟) — מיט אַ קאָנאָטאַציע אױף די געאָגראַפֿישע פּונקטן בעתן 40־יאָריקן ייִדישן בלאָנדזשען איבערן מידבר, און עס מײנט, װאָס־װער־װען, ס’איז אַזױ װײַט, װי פֿון אמת ביז אַ ליגן. אַגבֿ, סײַ „יעקעקע‟ און סײַ „יעבעבע‟ קלינגען גאָר לשון־קודשדיק.

דאָ אַנומלטן האָב איך געהערט אײנעם פֿון די סאַמע אײַנפֿלוסרײַכסטע מענטשן אױף דער װעלט, און פּרובירט אָנטאַפּן דעם פֿאָדעם פֿון זײַנע געדאַנקען בעת ער האָט זיך געלאָזט אין די װײַטע און נאָענטע חקירות װעגן דעם הײַנטיקן װעלטגעבױ. דעם אמת געזאָגט, זײַנע מסקנות האָבן מיך דערשראָקן, און ניט װײַל ער האָט געזאָגט עפּעס, װאָס די װעלט האָט פֿריִער ניט געװוּסט, נאָר װײַל אײנע פֿון זײַנע מסקנות קען מען פֿאַרטײַטשן װי אַ לעגיטימאַציע פֿון אַרײַנמישן זיך אין יענעמס ענינים און אַפֿילו אײַנאָרדענען אין אַ פֿרעמד סוּװערען לאַנד אַזאַ פּאָליטישע סיסטעם און אַזעלכע פֿירערס, װאָס זײַנען צום האַרצן אַ גרױסמאַכט, װעלכע פֿאַרמאָגט גענוג מיליטערישן כּוח, כּדי צו רעאַליזירן איר פּאָליטישן װילן און באַשלוס.

האָפּאַ!… עס הײסט, אַז די אַלע הײַנטיקע שלום־שלוסן זײַנען ניט מער װי אַ שטיקל פּאַפּיר?… נאָך אַזעלכע מסקנות װיל זיך גלײַך אַ דרײ טאָן דעם גלאָבוס און אױסזוכן אַ לאָך, אַװוּ מע קען זיך אױסבאַהאַלטן פֿון יענעמס בײזן װילן, אָדער אַ מאַך טאָן מיט דער האַנט און מקײם זײַן זעליק באַרדיטשעװערס עצה: „אײדער חקרנען און זאָרגן, לאָמיר כּוסענען ביז מאָרגן‟. אָבער די אױסגעלעבטע יאָרן פֿאָדערן אַ מער רויִקן צוגאַנג צו כּלערלײ ניט־באַטראַכטע און עקסטרעמע טאַטן, דערצו נאָך דער שׂכל־הישר, װאָס קומט מיט יאָרן, הײסט ניט כאַפּן הײסע לאָקשן און ניט זוכן אַ שטיל אָרט ערגעץ װוּ אין האַנדוראַס אָדער אין קאַנאַדע, נאָר אַרײַנקוקן אינעם יערלעכן מיליטער־בודזשעט פֿון די לענדער, װעלכע געפֿינען זיך פֿון בײדע זײַטן פֿונעם פּאָליטישן און פּראָפּאַגאַנדיסטישן קעגנשטאַנד.

כּדי צו רעדן װעגן דעם מיליטער־בודזשעט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן דאַרף מען, קודם־כּל, אַדורכגײן אַ קורס בײַ אַ גוטן פּסיכאָטעראַפּעװט, װײַל אַ פּשוטער ייִדן קען זיך ניט פֿאָרשטעלן װיפֿל איז דאָס 612 מיליאַרד דאָלאַר און װיפֿל בײגעלעך קען מען אָפּבאַקן פֿאַר דעם געלט אין משך פֿון אײן יאָר. דער כינעזישער און רוסישער מיליטער־בודזשעטן צוזאַמען, 200 מיליאַרד דאָלאַר, זעט אױס װי אַ העלפֿאַנד לעבן אַ פֿליג. מילא, אַמעריקע איז דאָך אַ גרױס לאַנד און קײן קלוגע מענטשן דאָרט, מײן איך, פֿעלן ניט אױס; און דאָס אײניקל פֿונעם אַמאָליקן קריזשאָפּאָלער רבי, װעלכער זיצט אין דער אַמעריקאַנער בודזשעט־קאָמיסיע, האָט מסתּמא נאָך ניט פֿאַרגעסן דאָס באַליבטע װערטל פֿון זײַן זײדע, אַז מע לײגט אַרײַן גוט, נעמט מען אַרױס גוט. װאָס־װאָס, נאָר אױף אַ װערטל פֿון קריזשאָפּאָל קען מען זיך פֿאַרלאָזן, אַפֿילו אין אַמעריקע.

גוט, אַמעריקע איז דאָס שטאַרקסטע לאַנד אױף דער װעלט און נײטיקט זיך אין אַן ערנסטן מיליטער־בודזשעט, אָבער צו װאָס פֿאַר אַ קרענק דאַרפֿן האָבן אַ צעבלאָזענעם מיליטער־בודזשעט פֿון אַריבער 50 מיליאַרד דאָלאַר, אַזעלכע לענדער װי די שלום־טײַבעלעכעך — בריטאַניע און פֿראַנקרײַך? צי דראָט דען עמעצער אױף זײ מיט אַ מלחמה?

ביז דער לעצטער צײַט איז אױף גאָר דער װעלט געװען אַן אײנציק לאַנד, װאָס האָט קײן מאָל אין איר געשיכטע ניט געפֿירט קײן אײן מלחמה אױף איר אײגענער טעריטאָריע, און דאָס איז דער קעניגרײַך טײַלאַנד. עס װײַזט אױס, אַז די דאָזיקע מלוכישע סטראַטעגיע, צו פֿירן מלחמות אױף דער פֿרעמדער טעריטאָריע, איז געװאָרן די מיליטערישע און פּאָליטישע הױפּט־סטראַטעגיע פֿון אַלע גרױסמאַכטן אױף דער װעלט. די הײַנטצײַטיקע אַלגעמײנע מאַפּע פֿון די פֿײַנטלעכע כּוחות דערלױבט ניט פֿעסט צו זאָגן, װאָס איז שטאַרקער, דער ראַדיקאַלער איסלאַמישער טעראָריזם אָדער די אײראָפּעיִשע אימפּאָטענטישע דעמאָקראַטיע; אָבער אײן זאַך איז מיר קלאָר װי דער טאָג, אַז װען די גרױסמאַכטן װאָלטן געשטעלט פֿאַר זיך אַן אָפּעראַטיװן ציל צו פֿאַרניכטן דעם אַזױ גערופֿענעם „איסלאַמישן כאַליפֿאַט‟, װאָלט דער כאַליפֿאַט געדױערט ניט לענגער װי דאָס לעבן פֿון אַ פֿליג, דאָס הײסט, ניט מער װי אַ חודש.

איך קום צו אַן אײנפֿאַכער מסקנא, אַז די גרױסמאַכטן זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין אַ שנעלער מפּלה פֿון די הײַנטצײַטיקע באַרבאַרן. אױך דער תּירוץ, אַז די בלוטיקע טיראַנען פֿון די נאָענט־מיזרחדיקע לענדער קענען ניט זײַן אַ חלק פֿון די פּאָליטישע באַהאַנדלונגען, איז ניט קײן ערנסטער תּירוץ, כּדי זיך ניט־פֿאַראײניקן און ניט־אױסװאָרצלען דאָס װעלט־רישעות, װאָס דראָט צו פֿאַרניכטן די מאָדערנע דעמאָקראַטישע ציװיליזאַציע און אײַנשטעלן דעם דיקטאַט פֿון די קעפּהעקער. כּדי צו מעסטן די נאָענט־מיזרחדיקע און אַפֿריקאַנישע פֿירער לױט די געזעצלעכע און עטישע נאָרמעס פֿון די דעמאָקראַטישע לענדער, דאַרף מען זײ, קודם־כּל, דערציִען לױט די מאָראַלישע פּרינציפּן פֿון דער שװער אױסגעקרענקטער דעמאָקראַטיע.

אַפֿילו אַז מע גיט אַן אויבערפֿלעכלעכן בליק אויף דער געאָגראַפֿישער מאַפּע פֿון די בלוטיקע קאָנפֿליקטן, דערזעט מען גלײַך, אַז זײ קומען פֿאָר אין די געװעזענע בריטישע און פֿראַנצײזישע קאָלאָניעס. און װער, אױב ניט די־אָ צװײ גרױסמאַכטן, זײַנען אין דער ערשטער רײ פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן אױסגעפֿינען אַ װעלכן ניט איז קאָמפּראָמיס און אָפּשטעלן די טײַכן בלוט, װעלכע פֿאַרפֿלײצן שױן די גאַנצע װעלט. עס װײַזט אױס, אַז אומאָפּהענגיקײט איז נאָך ניט דאָס סאַמע װיכטיקסטע אינעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן פֿון דעם אָדער אַנדערן פֿאָלק. עס װײַזט אויס, אַז נאָך 500 יאָר אונטערדריקן אַ פֿאָלק און אױסצאַפּן פֿון אים דאָס חיות, צו מאַכן מיט דער האַנט און אָנװינטשן אַ פֿרײלעכע אומאָפּהענגיקע צוקונפֿט, איז גלײַך צו אַן אױסרוף צום בירגערקריג. װער, אױב ניט מיר, די בירגער פֿון אַ קלײניטשקער מדינה פֿילן אױף זיך די רעזולטאַטן פֿון דער אַמאָליקער און אױך הײַנטיקער צװײ־פּנימדיקער בריטישער, װי אױך פֿראַנצײזישער פּאָליטיק. די גרױסמאַכטן מאַכן אונדז אױסגעריסענע יאָרן און סטראַשען מיט געפֿערלעכע סאַנקציעס צוליב יעדן שטײנדל אױף עפּעס אַ פֿאַרװאָרפֿן בערגל, אָבער ווען זיי אַליין טוען עס…

עס זאָל קלאָרער װערן װעגן װאָס איך טענה, ברענג איך דאָ אַ קלײנע רשימה פֿון די אַזױ גערופֿענע „איבער־ימישע טעריטאָריעס‟ פֿון דער פֿראַנצײזישער רעפּובליק און דעם בריטישן קעניגרײַך. איר זאָלט זיך ניט װוּנדערן, אַז ס’רובֿ די טעריטאָריעס געפֿינען זיך „עק־װעלט‟, פֿאַר טױזנטער און טױזנטער קילאָמעטער פֿון אײראָפּע.

פֿראַנקרײַך הערשט איבער 13 איבער־ימישע טעריטאָריעס, זײער אַלגעמײנע שטח איז 560 טױזנט קװאַדראַט־קילאָמעטער, באַפֿעלקערונג — צװײ מיליאָן 653 טױזנט נפֿשות (פֿראַנצױזן צװישן זײ זײַנען װײניקער פֿון אַ פֿערטל). טעריטאָריעלע פּרעטענזיעס צו פֿראַנקרײַך האָבן מאַדאַגאַסקאַר, די קאַמאָרער אינדזלען, סורינאַם, מאַװריקי און װאַנואַטו. אַגבֿ, זײ אַלע זײַנען מיטגלידער פֿון דער „יו־ען‟.

בריטאַניע הערשט איבער 14 איבער־ימישע טעריטאָריעס, די אַלגעמײנע גרײס איז 1,727,531 (!!!) קװאַדראַט־קילאָמעטער, באַפֿעלקערונג — 231 טױזנט נפֿשות (פֿון זײ אַ ביסל מער װי טױזנט ענגלעדער). טעריטאָריעלע פּרעטענזיעס צו בריטאַניע האָבן טשילע, אַרגענטינע, שפּאַניע, ציפּרעסן, סײשעלן און מאַװריקי.

קײן אײן פֿאַראורטײלונג פֿון פֿראַנקרײַך אָדער בריטאַניע מצד דער „יו־ען‟ איז קײן מאָל ניט אָנגענומען געװאָרן און אַפֿילו ניט באַהאַנדלט געװאָרן.

איצט נעמט די טעריטאָריע פֿון מדינת־ישׂראל אַרום 22 טױזנט קװאַדראַט־קילאָמעטער, אױף װעלכע עס װױנען 8 מיליאָן 388 טױזנט נפֿשות, ייִדן און אַראַבער. טעריטאָריעלע פּרעטענזיעס צו מדינת־ישׂראל האָט נאָר די פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע, װעלכע האָט ניט קײן סטאַטוט פֿון אַ סוּװערען לאַנד.

אַז מע פֿירט צונױף די אָפֿיציעלע מעלדונגען פֿון די אַלע גרױסמאַכטן מיט דער גװאַלדיקער צאָל פֿון די „יו־ען‟־רעזאָלוציעס קעגן ישׂראל, קען מען, חלילה, אָנהײבן צו טראַכטן, אַז קײן אײן לאַנד אױף דער װעלט קען ניט זײַן זיכער אין אירע סוּװערענע גרענעצן, װײַל ניט הײַנט מאָרגן װעט די „בײזע‟ מדינת־ישׂראל, מיט אירע קאַרגע 15 מיליאַרד דאָלאַר פֿונעם מיליטער־בודזשעט, פֿאַרכאַפּן די גאַנצע װעלט — פֿון יעקעקע ביז יעבעבע.