„עס ברענט‟, געזונגען פֿון יעקבֿ לעמער

“Es Brent” Sung by Yaakov Lemmer

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 15, 2015, issue of December 11, 2015.

לעצטנס, איז אויסגעפֿאַלן 77 יאָר זינט די „קרישטאָלנאַכט‟־פּאָגראָמען אין דײַטשלאַנד, וואָס זענען געווען דער אָנהייב פֿונעם חורבן. לזכר יענעם טראַגישן יאָרטאָג האָט דער חזן יעקבֿ לעמער, צוזאַמען מיטן מוזיקער נחמן ראָזען אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם נוסח פֿון מרדכי געבירטיגס „עס ברענט‟, ווי אַ ווידעאָ אויף „יו־טוב‟. זייער נוסח, אויף ייִדיש און ענגליש, ווערט באַגלייט מיט אונטערקעפּלעך אויף ביידע שפּראַכן און אַרכיוואַלע נײַעס־פֿילמען פֿון די „קרישטאָלנאַכט‟־פּאָגראָמען.

דער אויסגעצייכנטער נוסח פֿונעם ליד איז אַ שיינער בײַטראָג, וואָס וועט גרייכן די מענטשן פֿון פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע סעקטאָרן, וואָס זענען אפֿשר ניט באַקאַנט מיטן ליד. פֿון איין זײַט — די חסידישע צוקוקער, וואָס בדרך־כּלל האָבן ניט געהערט געבירטיגס לידער, און פֿון דער אַנדערער זײַט — די צוקוקער, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש און נייטיקן זיך אינעם ענגלישן נוסח פֿונעם ליד.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז כאָטש מע באַטראַכט הײַנט „עס ברענט‟ ווי אַ חורבן־ליד, איז עס לכתּחילה ניט געווען וועגן דעם חורבן, צי אַפֿילו וועגן „קרישטאָלנאַכט‟ ווי עס מיינען הײַנט ס׳רובֿ צוהערער, נאָר וועגן אַ פּאָגראָם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם שטעטל פּשיטיק אין 1936. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר פֿון די ווערטער, אַז געבירטיג האָט געהאַט אַ נבֿיאיש פֿאָרגעפֿיל, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק שטייט פֿאַר אַ קאָלאָסאַלער טראַגעדיע. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ איז געבירטיגס נבֿיאות־זאָגן לײדער מקיום געוואָרן.