דער ייִדישער איבערזעצער און שרײַבער מײַקל וועקס און די ביבליאָטעקערין און איבערזעצערין נעמי דזשאָנס האָבן לעצטנס לאַנצירט אַ נײַעם ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער אינטערנעץ, אין וועלכער זיי רעדן אַרום די ייִדישע ליטעראַטור בכלל און דיסקוטירן ספּעציפֿישע ייִדישע ביכער אויף ענגליש. זיי שאַפֿן די פּראָגראַם צוזאַמען מיטן ראַדיאָ־פּראָדוצענט עריק קלײַן, וואָס ווייסט „אַבסאָלוט גאָרניט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אָדער די מחברים, וואָס מע רעדט אַרום‟ ווי ער האָט אַליין דערקלערט האַלב־וויצלענדיק. אין די קומענדיקע עפּיזאָדן וועט אויך אָנטיילנעמען שיין בייקער ווי אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער.
אינעם ערשטן קאַפּיטל, וואָס זיי שטעלן פֿאָר ווי אַ הקדמה צו די „עכטע‟ עפּיזאָדן, רעדן זיי אַרום די ייִדישע ליטעראַרישע ירושה בכלל. קלײַן פֿרעגט צי די ייִדישע ליטעראַטור איז נאָך אַלץ אינטערעסאַנט פֿאַרן ברייטערן ענגליש־רעדנדיקן עולם. וועקס גיט צו פֿאַרשטיין, אַז אַזוי ווי אַלע ליטעראַטורן, קען מען צעטיילן די ייִדישע ליטעראַטור אויף צוויי טיילן: די מערהייט ווערק, וואָס באַשטייט פֿון „שוואַכע זאַכן‟, וואָס האָבן ניט קיין שום ווערט, און אַ מינדערהייט, וואָס באַשטייט פֿון עכטע אוצרות. דזשאָנס דערקלערט, אַז אַ סך מענטשן, אַזוי ווי ציליע דראָפּקין, וועמענס לידער זי האָט איבערגעזעצט, האָבן אַרויסגעגעבן ראָמאַנען אין המשכים אין צײַטונגען, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זענען ניט געווען קיין ראָמאַניסטן. דזשאָנס גיט צו פֿאַרשטיין, אַז דראָפּקינס ראָמאַן איז געווען „בפֿירוש שלעכט‟.
די צוויי איבערזעצער האָבן אויך דערקלערט ווי אַזוי מע האָט געביטן די טעקסטן פֿון באַשעוויס׳ ראָמאַנען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אין המשכים און שפּעטער אין בוך־פֿאָרעם, און דערנאָך אין דער ענגלישער איבערזעצונג. וועקס האָט דערמאָנט, אַז מענדעלע מוכר־ספֿרים איז געווען אַ וווּנדערלעכער פּראָזאַיִקער אָבער ניט קיין געניטער ראָמאַניסט. ער האָט, למשל, פֿאַרגעסן געוויסע זאַכן, וואָס זענען שוין פֿריִער פֿאָרגעקומען אין זײַן ראָמאַן „דאָס ווינטשפֿינגערל‟ און דערנאָך האָט ער צוגעגעבן פֿאָרקומענישן, וואָס זענען געווען אין סתּירות מיט פֿריִערדיקע געשעענישן.
קלײַן לייגט פֿאָר, אַז זיי זאָלן לייענען אַ בוך, וואָס מע האָט בפֿירוש שלעכט איבערגעזעצט. ווי אַ משל איבערצוצײַגן קלײַנען, אַז דאָס וואָלט געווען אַ שלעכטער אײַפֿאַל, לייענט וועקס אַן אויסצוג פֿון שלום אַשס „אָנקל מאָזעס‟ אין דער אומגעלומפּערטער איבערזעצונג פֿון אײַזיק גאָלדבערג. גאָלדבערג איז געווען אַזאַ שלעכטער איבערזעצער, אַז איבערלייענען זײַן נוסח פֿונעם ראָמאַן שאַפֿט ממש עגמת־נפֿש בײַם לייענער.
סוף־כּל־סוף, האָבן דזשאָנס און וועקס באַשלאָסן, אַז זיי וועלן לייענען יצחק באַשעוויס־זינגערס „יענטל דער ישיבֿה־בחור‟. וועקס, דזשאָנס און קלײַן האָפֿן, אַז די צוהערער וועלן עס אויך לייענען פּונקט ווי בײַ אַן אמתן ביכער־קלוב, כּדי זיי זאָלן קענען פֿאָלגן דעם שמועס במשך פֿון די קומענדיקע קאַפּיטלען.
די פּראָגראַם קען מען הערן דאָ: //yiddishbookclub.com/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.