(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם יאָר 1904 האָט בובער איבערזעצט פֿון ייִדיש און אַרויסגעגעבן אויף דײַטש דוד פּינסקיס סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע דראַמע „אײַזיק שעפֿטל‟. אינעם אַרײַנפֿיר, דערקלערט בובער, אַז ייִדיש איז נישט אַ זשאַרגאָן אָדער אַ דיאַלעקט, נאָר אַן אייגנאַרטיקע, בייגעוודיקע און לעבעדיקע שפּראַך. אין פֿאַרגלײַך מיטן לשון־קודשדיקן קאַלטן שׂכלדיקן טעם, איז ייִדיש אָן אַ שיִער וואַרעמער און עמאָציאָנעלער. דער איבערזעצער גיט צו, אַז „אין ייִדיש איז דאָס פֿאָלק גופֿאַ געוואָרן אַ שפּראַך‟.
אין די דאָזיקע ווערטער, אָנגעשריבן מיט אַ סך יאָר פֿאַר זײַן באַרימט פֿילאָסאָפֿיש ווערק „איך און דו‟, פֿילט זיך שוין אַ געוויסער פֿילאָסאָפֿישער טראָפּ, וועלכער אַנטוויקלט זיך שפּעטער אין אַ גאַנצער שיטה. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז בײַ אונדזער שפּראַך פֿאַראַן אַן אַנדער, עלטערער נאָמען: טײַטש. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַרגליווערטע לשון־קודשדיקע טעקטסן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אייביקע מאָנומענטן פֿאַר זיך, איז ייִדיש טאַקע אַ שפּראַך פֿונעם שטענדיקן דיאַלאָג. ווען מע טײַטשט אָפּ אַ תּנ״כישן פּסוק אויף ייִדיש, הויכט מען אַרײַן אַ נײַ לעבן אינעם טעקסט, פֿירנדיק אַ לעבעדיקן שמועס מיט דער אוראַלטער נבֿואה דורך לענדער און צײַטן.
הגם אין זײַנע איבערדערציילונגען פֿון חסידישע מעשׂיות באַנוצט זיך בובער מיט אַ ראַפֿינירטן ליטעראַרישן דײַטש, שפּירט זיך אין זײַן סטיל אַ שטאַרקע השפּעה פֿון ייִדיש. נישט לאַנג פֿאַר זײַן פּטירה, האָט דער פֿילאָסאָף ווידער געלויבט ייִדיש ווי אַ שפּראַך, אין וועלכער עס שטעקט די עצם־נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז בובער איז געווען אַ ייִדישיסט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע דײַטשיש־ייִדישע אינטעלעקטואַלן, איז אָבער זײַן סימפּאַטיע גאַנץ קלאָר.
וועגן בובערס פֿילאָסאָפֿיע זענען שוין אָנגעשריבן געוואָרן אומצאָליקע ביכער. פּשוט געזאָגט, האַלט ער, אַז אינעם מענטשלעכן וועזן שפּילט אַ פֿונדאַמענטאַלע ראָלע דאָס מיטזײַן מיט אַנדערע מענטשן, מיטן באַשעפֿער און מיט דער וועלט. איין מענטש מוז זיך פֿאַרלאָזן אויף די אַנדערע און זיך צונויפֿרעדן מיטן צווייטן. דער, וואָס זעט אין אַ צווייטן נאָר אַן אָביעקט פֿון שׂינאה אָדער עקספּלואַטאַציע, איז בכלל נישט קיין מענטש.
דאַכט זיך מיר, אַז הײַנט, מיט 50 יאָר נאָך זײַן פּטירה, זענען בובערס געדאַנקען וועגן חסידות געוואָרן נאָך מער אַקטועל. אין די הײַנטיקע חסידישע קהילות פֿונעם גאַליציאַנער שניט האָט זיך געשאַפֿן אַן אומגעזונטער מצבֿ. מע פֿאָדערט בײַ יעדן חסיד נישט בלויז מקיים צו זײַן די הלכה, נאָר צו פֿאָלגן כּלערליי נײַע תּקנות, כּדי דווקא אָפּצושטעלן דעם דיאַלאָג מיט דער אַרומיקער וועלט. לויט בובערס פֿילאָסאָפֿיע באַקומט זיך, אַז אַזאַ שיטה איז בעצם אַן אַנטי־חסידישע.
פֿון דער צווייטער זײַט, באַווײַזן זיך הײַנט פֿאַרביטערטע געוועזענע חסידים, וועלכע האָבן לעצטנס געשאַפֿן אַ גאַנצן זשאַנער פֿון „אָפּגעפֿאָרענער‟ ליטעראַטור. זיי פֿירן אויך אַן איין־זײַטיקן מאָנאָלאָג וועגן דער פֿרומער וועלט, פֿון וואַנען זיי זענען אַנטלאָפֿן. אינעם פּערזענלעכן פֿאַל פֿון מאַרטין בובער זעען מיר אָבער, אַז הגם ער אַליין איז נישט געווען אַ טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִד, האָט ער פֿאַרבראַכט גאַנצע יאָרן צווישן די חסידים און געשאַפֿן אַ וואַרעמען ראָמאַנטישן אימאַזש פֿון דער חסידישער טראַדיציע.
אַזאַ ראָמאַנטיזאַציע פֿונעם חסידישן לעבן שטימט אינגאַנצן מיט בובערס פֿילאָסאָפֿיע. אַנשטאָט צו פּאָסמאַקעווען זיך מיטן שמוץ און שעלטן די חסידישע וועלט, דאַרף מען שטרעבן זיך צו באַציִען פֿרײַנדלעך צו אַלע מענטשלעכע קולטורן. די חסידים, פֿון זייער צד, זאָלן זיך אויך דערמאָנען, אַז די אַמאָליקע צדיקים האָבן געקאָנט דערהערן דעם אייבערשטנס קול אין אַ צופֿעליק וואָרט פֿון אַ גוי אויף דער גאַס און דערזען אַ השגחה־פּרטית אין אַ בלעטל, וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ בוים. אַנשטאָט צו באַצוימען זיך פֿון אַלע זײַטן, האָבן זיי געפֿירט אַ לעבעדיקן דיאַלאָג מיט דער וועלט.
ווי אַן אָפּטימיסטישער סאָציאַל־פּאָליטישער דענקער, בלײַבט בובער גאַנץ וויכטיק נישט בלויז וואָס שייך די הויכע פֿענצטער פֿון פּאָליטישן דיאַלאָג צווישן ייִדן און די פּאַלעסטינער, אָדער ווי אַ קוואַל פֿון טיפֿע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען און פֿילאָסאָפֿישע מחשבֿות. אַרום די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק קאָן זײַן פֿילאָסאָפֿיע, גופֿא באַגרינדעט אויף חסידות, אויך קומען צו נוץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.