מאַרטין בובערס חסידות — גאַנץ אַקטועל

Martin Buber‘s Approach to Hasidism: Still Very Relevant

מאַרטין בובער אין 1963 און אַ ראָמאַנטישער אימאַזש פֿונעם חסידישן מאָלער זלמן קליינמאַן
מאַרטין בובער אין 1963 און אַ ראָמאַנטישער אימאַזש פֿונעם חסידישן מאָלער זלמן קליינמאַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 15, 2015, issue of December 11, 2015.

הײַיאָר, קומען פֿאָר אַרום דער וועלט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, פֿון אַקאַדעמישע פּראָגראַמען ביז רעליגיעזע און פּאָליטישע דעבאַטן, אין שײַכות מיטן 50סטן יאָרצײַט פֿון מאַרטין בובער — דער גרויסער ייִדישער דענקער, וועלכער האָט געגרינדעט אַ גאַנצע נײַע שיטה אין פֿילאָסאָפֿיע.

דעם 22סטן אָקטאָבער, איז אַ דיסקוסיע וועגן מאַרטין בובערס ירושה פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי. סעראַ סקאָט, די מיטדירעקטאָרין בײַם „צענטער‟ פֿון עטיק און אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿילאָסאָפֿיע אינעם מאַנהעטן־קאָלעדזש, איז אויפֿגעטראָטן אין דער ראָלע פֿון מאַרטין בובער און דערקלערט זײַן פֿילאָסאָפֿישע שיטה. סקאָט איז אַ פּראָמינענטע פֿאָרשערין פֿון בובערס פֿילאָסאָפֿישער ירושה. דעם 1טן דעצעמבער וועט אַרויס אויף אַ „די־ווי־די‟ דער נײַער דאָקומענטאַר וועגן בובער פֿון יעקבֿ ליפֿשין און אַהרן ליפּעץ, „דרכּו של אָדם‟ („דער דרך פֿונעם מענטש‟).

מרדכי בובער, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן דײַטשישן נאָמען מאַרטין, איז געבוירן געוואָרן אין ווין, אינעם יאָר 1878. ווען ער איז געווען דרײַ יאָר אַלט, האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע זיך געגט, און זײַן זיידע שלמה בובער — אַ משׂכּילישער חכם, וועלכער איז באַקאַנט ווי דער אַרויסגעבער פֿון זעלטענע מדרשים און אַנדערע ספֿרים — האָט געבראַכט דאָס אייניקל קיין לעמבערג. ווערנדיק דערצויגן אין גאַליציע, האָט דאָס ייִנגל כּסדר באַזוכט פֿאַרשיידענע חסידישע רביים און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות.

הגם שפּעטער האָט בובער זיך דערווײַטערט פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער און זיך פֿאַרנומען מיט דער דײַטשישער פֿילאָסאָפֿיע, האָט חסידות טיף משפּיע געווען אויף זײַן פֿילאָסאָפֿישער שיטה. צוליב זײַנע פֿריִיִקע ווערק — די דײַטשישע איבערזעצונג פֿון רבי נחמנס „סיפּורי־מעשׂיות‟ און לעגענדעס וועגן דעם בעל־שם־טובֿ — האָט ער אויך פּאָפּולאַריזירט די חסידישע געדאַנקען אין דער וועלט. שפּעטער האָט בובער אָנגעשריבן נאָך אַ צאָל ביכער אויף חסידישע טעמעס.

בובער פֿאַרנעמט אַן אוניקאַל אָרט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געדאַנק. הגם ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ ציוניסט, האָט ער געגלייבט, זײַענדיק אַ גײַסטיקער אַנאַרכיסט, אַז אַנשטאָט אַ ייִדישער מלוכה דאַרפֿן ייִדן לעבן בשלום צוזאַמען מיט די אַראַבער אין איין פֿאַראייניקטער געזעלשאַפֿט. הגם זײַן פּאָליטישע שיטה האָט זיך פֿאַקטיש נישט אונטערגעשיידט פֿונעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט נועם טשאָמסקי, וועלכער האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שאַרפֿן קענגער פֿון ציוניזם, ווערט בובער כּסדר געשילדערט ווי אַן אומגעוויינטלעכע, אָבער אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער ציוניסטישער געשיכטע.

דער אונטערשייד באַשטייט אין דעם, וואָס בובער האָט באַגרינדעט זײַנע געזעלשאַפֿטלעכע מחשבֿות אויף דער ייִדישער טראַדיציע, בפֿרט חסידות און קבלה. אין פֿאַרגלײַך מיט די מאַטעריאַליסטישע לינקע ראַדיקאַלן, האָט ער גערופֿן צו שאַפֿן אַ גײַסטיקע אוטאָפּיע, באַגרינדעט אויף דער דירעקטער געטלעכער אַנטפּלעקונג אינעם האַרץ פֿון יעדן מענטש. דאָ פֿאַרנעמט ער אָבער אויך אַן אומגעוויינטלעך אָרט. פֿאַר די טראַדיציאָנעלע פֿרומע חסידים קלינגען זײַנע געדאַנקען „צו ווילד‟, און פֿאַר די משׂכּיליש־געשטימטע ראַציאָנאַליסטן זעט ער אויס ווי אַ פֿאַרברענטער חסיד.

בובער האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסע און פֿאַרשיידנאַרטיקע ירושה. אַלע זײַנע ווערק האָט ער אָנגעשריבן אויף דײַטש. בלויז אַ טייל פֿון זיי האָט מען דערווײַל איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן. מע ווייסט אָבער, אַז בובער האָט פֿון קינדווײַז אָן געקענט ייִדיש. אין לעמבערג האָט ער כּסדר גערעדט אויף ייִדיש מיט זײַן זיידן און מיט די אָרטיקע ייִדן. אין זײַן חסידישן פּעריאָד, אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט ער פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר צווישן די גאַליציאַנער חסידים און „געפּראַוועט גלות‟ איבער די שטעטלעך פֿון דער חסידישער גאַליציע.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading