אַן ערך 80 פּראָיעקטן זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן פֿון קרובֿ 70 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָפּצוצײכענען דעם 5טן יערלעכן „מיצװה־טאָג‟ אין אױסטראַליע. צװישן זײ זײַנען געװען טאָגשולן, שילן, ספּאָרט־אָרגאָניזאַציעס, װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, ייִדישע יוגנט־גרופּעס, ראַדיאָ־סטאַנציעס, דערציִערישע אָרגאַניזאַציעס, טאַנץ־גרופּעס און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס. דער „בני־ברית‟ האָט אײַנגעאָרדנט אַ ספּעציעלן קאָנצערט, װוּ דער קינדערכאָר פֿונעם „שלום־עליכם קאָלעדזש‟ האָט פֿאָרגעשטעלט ייִדישע לידער. דער „מיצװה־טאָג‟ װערט געפֿײַערט איצט אין 20 לענדער.
די ייִדישע קהילה פֿון װיקטאָריע טײלט צו אירע אױסצײכענונגען פֿאַר די ייִדן, װעלכע האָבן גוט באַדינט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאַט װיקטאָריע. די געװינער פֿון די אױסצײכענונגען זײַנען נאָמינירט געװאָרן פֿון דער קהילהס מיטגליד־אָרגאַניזאַציעס. אַ נײַע אױסצײכענונג, די „סער דזשאָן מאָנאַש־פּרעמיע‟, איז אױך צוגעטײלט געװאָרן. מאָנאַש, אַ ייִד, האָט אָנגעפֿירט מיט דער אױסטראַלישער אַרמײ בעתן צװײטן טײל פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. נאָך דער מלחמה האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער רעגירונג־אָפּטײלונג, װאָס האָט געטראָגן דאָס אַחריות צו ברענגען עלעקטריע צו יעדן הױז אין װיקטאָריע. ער האָט גלײַכצײַטיק געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון װיקטאָריע במשך פֿון די 1930ער יאָרן.
די פֿעדעראַציע פֿון עטנישע ראַטן פֿון אױסטראַליע האָט געטאַדלט דעם אַנטיסעמיטיזם װי אַ שטער צו דערגרײכן אַ מולטי־קולטורעלע געזעלשאַפֿט אין לאַנד בײַ איר יערלעכער קאָנפֿערענץ. זי האָט אױך אונטערגעשטיצט דאָס פֿאַרשטאַרקן דעם ראַסן־דיסקרימינאַציע־אַקט און האָט געטאַדלט דעם ראַסיזם אין אַלגעמײן.
דער מעלבורנער ייִדישער מוזעום פֿון אױסטראַליע האָט דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די „דונעראַ באָיס‟, 75 יאָר נאָך דעם װי זײ זײַנען אָנגעקומען אין אױסטראַליע. די דײַטשע און עסטרײַכישע בירגער, װעלכע האָבן זיך באַזעצט אין ענגלאַנד נאָך דעם, װי זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס, זײַנען פֿאַרשיקט געװאָרן קײן אױסטראַליע אױף דער שיף „דונעראַ‟ אין 1940. זײ זײַנען פֿאַרשפּאַרט געװאָרן אין ספּעציעלע לאַגערן אין אױסטראַלישן דאָרף; אַ טײל פֿון זײ ביזן סוף פֿון דער מלחמה אין 1945. דער מוזעום האָט אױך אײַנגעפֿירט אַן אױסשטעלונג װעגן די איבערלעבונגען פֿון די „דונעראַ באָיס‟, אָפּצומערקן 75 יאָר זינט זײ זײַנען אָנגעקומען אין לאַנד.
„בני־ברית װיקטאָריע‟ איז געװען צװישן די פֿינאַליסטן פֿון די אָרגאַניזאַציעס, װעלכע די שטאָט גלען אײַראַ האָט געװאָלט באַערן פֿאַר זײערע בײַשטײַערונגען צו דער געזעלשאַפֿט.
די גרופּע איז געשאַפֿן געװאָרן מיט 75 יאָר צוריק אין 1945 און האָט הײַיאָר געהאַט העכער 500 פֿרײַװיליקע אַרבעטער אין אירע רײען. זײ פֿירן דורך פּראָיעקטן, פֿירן אײַן סטיפּענדיעס פֿאַר לערער, װעלכע װילן אָנטײלנעמען אין אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר אױסטראַלישע דערציִער בײַם „יד־ושם‟, די יערלעכע „מנורה־אױסצײכענונגען‟, דעם יערלעכן „קונסט־פֿאַרמעסט פֿאַר ייִדישע יוגנטלעכע‟, קאָנצערטן פֿאַר עלטערע בירגער, עפֿנטלעכע פֿאָרומס, אַ שפּאַציר־קלוב, די אַנטי־דעפֿאַמאַציע־קאָמיסיע, און זײ זאַמלען אױך געלט לטובֿת װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס אין אױסטראַליע און אין אױסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.