דער וועק־זייגער קלינגט שוין פֿון לאַנג

The Alarm's Been Ringing For Quite a While

די פֿראַנצויזישע סאָלדאַטן שטייען אויף דער וואַך אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע, פּאַריז
Getty Images
די פֿראַנצויזישע סאָלדאַטן שטייען אויף דער וואַך אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע, פּאַריז

פֿון עמיל קאַלין

Published November 18, 2015, issue of December 11, 2015.

די שוידערלעכע נײַעס וועגן די אַטענטאַטן אין פּאַריז האָבן ווידער קלאָר געשטעלט, אויף וועלכע מעשׂים איז גרייט דער איסלאַמישער טעראָר, און וואָס פֿאַר אַ צוקונפֿט זאָגט ער צו פֿאַר אייראָפּע.

די אַטענטאַטן זענען טאַקע געווען גרויזאַמע, נאָר עס איז שווער צו זאָגן, אַז זיי זענען אומגעריכט. דער וועק-זייגער קלינגט שוין כּמעט אַ יאָר צײַט, זינט די „אויטאָ־אַקצידענטן‟ דעם לעצטן ניטל. דעמאָלט זענען די שאָפֿערן, וואָס האָבן אַרײַנגעקראַכט זייערע אויטאָס אין אַן עולם פֿון אומשולדיקע מענטשן, פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי „משוגעים‟, נישט טעראָריסטן, חס-ושלום, שוין אָפּגערעדט פֿון איסלאַמיסטן. הײַנט איז אוממעגלעך צו לייענען אָט די באַריכטן אָן דעם, אַז אַ ביטערער שמייכל זאָל זיך נישט צוטשעפּען צו די ליפּן.

דווקא דאָס יאָר, וואָס האַלט שוין בײַם אויסגיין, איז געווען רײַך מיט אינצידענטן און בפֿירושע וואָרענונגען. עס איז בפֿירוש אַ קשיא, אַז נאָך אַזוי פֿיל פֿאַלן, ווען דער איסלאַמיסטישער טעראָר לויערט איבער פֿראַנקרײַך און בפֿרט איבער פּאַריז, זענען די פֿראַנצויזישע כּוחות ווידער דורכגעפֿאַלן אויף אַזאַ מיאוסן אופֿן. ווי ס׳איז געמאָלט געוואָרן, אַז נאָכן צעפּויקן אין די פֿאַרשיידענע צײַטונגען וועגן די זיכערהייט-באַדראָונגען, איז די „איסלאַמישע מדינה‟ מצליח געווען דורכצופֿירן אַזאַ מעכטיקע כוואַליע פֿון אַטענטאַטן.

עס שײַנט, אַז די אייראָפּעיִשע פֿירערשאַפֿט איז נישט מסוגל צו פֿאַרזיכערן די פּערזענלעכע זיכערהייט פֿון דעם אייראָפּעיִשן בירגער. די מנהיגים באַהאַנדלען די ברענענדיקע ענינים, וואָס צעטרייסלען די „באַרימטע אייראָפּעיִשע סטאַבילקייט‟ מיט הפֿקרות, אומפֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, און פֿאַרראַטן די בירגער, וואָס זייערע לעבנס זענען אַצינד אײַנגעשטעלט צוליב דער פֿילהאַפֿטיקער פּאָליטיק.

אייראָפּע, וואָס געוויסע ישׂראלים האָבן זי באַערט מיטן טיטל „די נאָרמאַלע וועלט‟, וווּ „די באָבע איז וויכטיקער ווי אַ טעראָריסט‟, פֿילט זיך שוין ווײַט נישט זיכער.

אין אייראָפּע, זעט אויס, האָבן די זיכערהייט־כּוחות אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד ווי צו באַקעמפֿן דעם „קאָנווענציאָנאַלן‟ טעראָר. די גרענעצן פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג זענען אָפֿן, דעריבער איז גרינג אַריבערצופֿירן געווער און מענטשן פֿון איין אייראָפּעיִש לאַנד צו אַן אַנדערן. די טעראָריסטן קענען אַריבער פֿון איין „פֿראָנט‟ צום צווייטן אָן פּאַפּירן און אָן אויספֿרעגן. דער שטח איז גרויס און די זיכערהייט־אַגענטורן אין די פֿאַרשיידענע לענדער לערנען זיך ערשט איצט, ווי צו אַרבעטן צוזאַמען קעגן דעם אַלגעמיינעם שׂונא.

צוריק גערעדט, ווייסט קיינער נישט, ווער עס איז, אייגנטלעך, דער שׂונא, און ווי אַ פּועל-יוצא, ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן און קעמפֿן מיט אים. „דער טעראָר‟ איז אַן אופֿן פֿון געוואַלד אויף דער ציווילער באַפֿעלקערונג מיטן ציל צו קריגן פּאָליטישע דיווידענדן. דאָס איז אַ סטראַטעגיע, און אַ סטראַטעגיע קען נישט זײַן קיין שׂונא. וואָס שייך דעם עקסטרעמען איסלאַם, איז ווידער — דאָס איז אַ טעאָלאָגישע לערע, אַ וועלט-אָנשויוּנג און נישט קיין שׂונא.