דער רוסישער עולם בכלל און די ייִדישע קהילה בפֿרט ווערן צערודערט פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז. אַלע פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד האָבן אַרויסגעברענגט זייער מיטלײַד צום פֿראַנצייזישן פֿאָלק. דאָס רובֿ זענען געקומען צו דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע, כּדי אָנצוצינדן אַ ליכטל לזכר די אומגעקומענע, זאָגן קדיש אָדער לאָזן בלומען בײַ דער וואַנט פֿון דער אַמבאַסאַדע. מע רופֿט צו פֿאַראייניקן די כּוחות פֿאַרן באַקעמפֿן דעם טעראָר.
אין מאָסקווער מעמאָריאַלער שול אויפֿן „פּאָקלאָנאַיאַ‟־באַרג איז פֿאָרגעקומען אַ „רונדער טיש‟ — אַ דיסקוסיע אויף דער טעמע „דיאַלאָג צווישן יהדות און קריסטנטום אין רוסלאַנד‟. אָרגאַניזירט האָבן די טרעפֿונג דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס, דער צענטער „חורבן‟ און עטלעכע מאָסקווער עוואַנגעלישע קהילות, נאָר, צום באַדויערן, נישט די אָפֿיציעלע רוסישע פּראַוואָסלאַוונע קירכע. מען האָט באַטראַכט דעם דיאַלאָג צווישן רעליגיעס ווי אַן אופֿן צו שלום און צום אָפּהיטן דעם היסטאָרישן אָנדענק. די פֿאָרזיצערין פֿון דער פֿונדאַציע „חורבן‟, אַלאַ גערבער, האָט דערציילט וועגן איר מיטאַרבעט מיט פּראָטעסטאַנטן צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די חורבן‑קרבנות. בסך-הכּל, האָבן אין דעם „רונדן טיש‟ זיך באַטייליקט די הויפּטן פֿון ייִדישע און קריסטלעכע קהילות פֿון איבער 120 שטעט אין רוסלאַנד.
אין ישׂראלדיקן קולטור-צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, געווידמעט דער הויכער בילדונג אין ישׂראל פֿאַר די רוסלענדישע ייִדן, וואָס ווילן פֿאָרן קיין ישׂראל זיך לערנען אין די אוניווערסיטעטן. דער סעמינאַר איז פֿאָרגעקומען אין אַ פֿאָרעם פֿון אַ טעלעוויזיע-בריק „מאָסקווע-ירושלים‟. פֿון דער ישׂראל־זײַט האָט זיך אין אים באַטייליקט סאָפֿי קאָצער, די קאָאָרדינאַטאָרין פֿון אַקאַדעמישע פּראָגראַמען בײַם פּרעמיער‑מיניסטער. די רייד איז געגאַנגען וועגן די דערגרייכונגען פֿון ישׂראל אין וויסנשאַפֿט, וועגן די פֿאָדערונגען צו די אַביטוריענטן, און וועגן די רעכט פֿון סטודענטן־עולים. דער סעמינאַר האָט זיך געענדיקט מיט אַ פּסיכאָלאָגישער טרענירונג און אינדיווידועלע קאָנסולטאַציעס.
אין וואָלגאָגראַד, אַ שטאָט אין דרום‑רוסלאַנד, איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע פֿון צוטיילן די פּרעמיע „בירגערלעכע איניציאַטיוו‟. די פּרעמיע איז אַן אַלרוסלענדישע, אָבער ס’איז דאָ אויך אַ רעגיאָנאַלער שטאַפּל, וואָס קומט פֿאָר אין עטלעכע רעגיאָנען, הײַיאָר — אין וואָלגאָגראַד. דער ציל איז צו פֿאָדערן סאָציאַלע פּראָיעקטן, וואָס שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון בירגערלעכער געזעלשאַפֿט אין רוסלאַנד. צו די באַטייליקטע האָט זיך געווענדט דער געוועזענער פֿינאַנץ-מיניסטער פֿון רוסלאַנד, אַלעקסיי קודרין. צווישן די לאַורעאַטן זענען געווען די וואָלגאָגראַדער ייִדישע קהילה און דער ייִדישער קהילה-צענטער. געשטיצט זענען געווען 5 זייערע פּראָיעקטן, בתוכם, וואָס שטיצט די לעבן-געבליבענע קרבנות פֿון חורבן און דעם זינג‑קאָלעקטיוו „לבבות שירים‟.
אַ ידיעה פֿון דער ביכער-וועלט. דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז ממשיך מיט דער סעריע „בלאָנדזנדע שטערן‟, וואָס אין איר גייען אַרויס רוסישע איבערזעצונגען פֿון ליטעראַרישע ווערק, אָנגעשריבן אין ייִדיש. די לעצטע פּובליקאַציע איז חיים גראַדעס זאַמלונג דערציילונגען „די שול און די גאַס‟, וואָס איז אַרויס אינעם אָריגינאַל אין 1974. דער איבערזעצער אויף רוסיש איז וועלוול טשערנין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.