אַ טרויעריקע ידיעה איז אָנגעקומען אין אונדזער רעדאַקציע: ס׳איז אַוועק אין דער אייביקייט סעלמאַ זומאָף (פֿון דער היים: סילווער), די פֿרוי פֿון ד״ר בערל זומאָף, אַ לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, ייִדיש־קענער, איבערזעצער און פּאָעט. סעלמאַ איז געווען זײַן לעבנס־באַגלייטערין, זײַן חבֿרטע און זײַן מוזע.
זי איז געבוירן געוואָרן דעם 28סטן פֿעברואַר, 1928 אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז דערצויגן געוואָרן. נאָכן פֿאַרענדיקן די עפֿנטלעכע שולן, האָט סעלמאַ גראַדויִרט פֿון „ברוקלין־קאָלעדזש‟. זי האָט חתונה געהאַט מיט בערלען דעם 11טן נאָוועמבער 1951.
סעלמאַ האָט געהאַט אַ באַזונדערן חן און טאַלאַנט פֿון צוציִען מענטשן, וואָס איז איר צוניץ געקומען אין איר אַרבעט לטובֿת דעם ייִדישן ציבור. זי איז געווען גאָר אַקטיוו אינעם „אַרבעטער־רינג‟, ווי די לאַנג־יאָריקע פֿאָרזיצערין פֿון דער פֿאַרוואַלטונג אין דער „אַרבעטער־רינג שול‟ אין מידוווּד, ברוקלין. אַ לענגערע צײַט האָט דער קעלער פֿון זייער הויז געדינט ווי אַ ביוראָ. מע געדענקט זי פֿון דער אַרבעט אין דער „אָרט‟־סעקציע בײַם „אַרבעטער־רינג‟.
זי איז געווען אַ קלוגע פֿרוי, וואָס האָט ליב געהאַט מוזיק, אַ סך געלייענט, בפֿרט ראָמאַנען און קרימינעל־געשיכטעס; און אַוודאי, האָט סעלמאַ זייער ליב געהאַט און איז געטרײַ געווען איר משפּחה, און די משפּחה איז צו איר געווען זייער צוגעבונדן.
סעלמאַ און בערל זומאָף האָבן דרײַ טעכטער: דזשאַנין (יוכבֿד) קאַמאַראַטאַ־קאַטאָמסקי, פֿראַנצין־דעבאָראַ (פֿייגל־דבֿורה) זומאָף און לינדאַ־אײַרין (לאה־יעל) זומאָף און פֿיר אייניקלעך: צינדי־לין (חוה־לאה) קאַמאַראַטאַ, מישעל מאַריאַ (מלכּה־מרים) קאַמאַראַטאַ־לאַגראָ, אוטאַ בריגס און קיידיאַ וורען (שושנה־אורה) בריגס, און אַן אור־אייניקל — אַוואַלין איסלאַ לאַגראָ.
כּבֿוד איר אָנדענק. זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.
באָריס סאַנדלער,
„פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.