רבֿקה באַסמאַן בן־חיים וועט באַקומען אַ ליטעראַרישע פּרעמיע

Rivka Basman Ben Hayim to Receive a Literary Award

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 19, 2015, issue of December 11, 2015.

„די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין מדינת־ישׂראל האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז דער הײַיאָריקער פּרײַז פֿאַר ייִדישער קולטור איז צוגעטיילט געוואָרן דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. די אויסצייכענונג גיט אָפּ כּבֿוד אירע הײַנצײַטיקע לידער בכלל און אירע ווערק, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף העברעיִש בפֿרט. אויף דער צערעמאָניע, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער „ענבֿ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וועט אויפֿטרעטן די „כּנסת‟־דעפּוטאַטין און מיניסטאָרין פֿאַר קולטור און ספּאָרט — מירי רגבֿ. לאה שלאַנגער וועט אָנפֿירן מיטן אָוונט, וואָס וועט אויך אַרײַננעמען אַ קאָנצערט.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 29סטן דעצעמבער, 6:30 אין אָוונט. בילעטן קען מען באַשטעלן דורך בליצפּאָסט אויפֿן אַדרעס yiddish@yidreshut.co.il.

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז געבוירן געוואָרן אין ווילקאָמיר, ליטע אין 1925 און האָט איבערגעלעבט די ווילנער געטאָ און דעם לאַגער קײַזערוואַלד. דאָרט האָט זי געשריבן לידער, כּדי צו דערמוטיקן אירע צוויי חבֿרטעס. זי האָט עולה געווען און איז באַלד געוואָרן אַ מיטגלידין פֿון דער פּאָעטישער גרופּע „יונג־ישׂראל‟. איר ערשט ביכל לידער „טויבן בײַם ברונעם‟ איז פּובליקירט געוואָרן אין 1959. במשך פֿון די קומענדיקע יאָרצענדליקער האָט זי אַרויסגעלאָזט נאָך 8 ביכער. אַ לערערקע פֿון פֿאַך און אַ קענערין פֿון דער ישׂראלדיקער און אַמעריקאַנער ליטעראַטורן, איז רבֿקה באַסמאַן בן־חיים נאָך אַלץ אַקטיוו אין די ייִדיש־קרײַזן אין תּל־אָבֿיבֿ. דער „פֿאָרווערטס‟ באַגריסט זי און ווינטשט איר לאַנגע יאָרן פֿון געזונט און ליטעראַרישער שעפֿערישקייט.