נאָך דער אַנומלטיקער כוואַליע בלוטיקע טעראָריסטישע אַקטן אין פּאַריז האָבן אויף דער וועלט מיט אַ נײַעם כּוח אויפֿגעפֿלאַקערט פֿאַרשיידענע דיסקוסיעס וועגן איסלאַם. די טראַדיציאָנעלע מוסולמענער מכּל־המינים האָבן דערקלערט, אַז די משוגענע יחידים, וואָס פֿאַרטיידיקן און פֿירן דורך אַזעלכע אַקציעס, זענען סכּנותדיקע אַפּיקורסים און נישט קיין אמתע מוסולמענער; אַ טייל פֿאַרדאַמער פֿון „אײַסיס‟, זײַענדיק אַליין פֿונדאַמענטאַליסטיש געשטימט, ציטירן דעם קלאַסישן מוסולמענישן דענקער אַבו־כאַמיד אַל־גאַזאַלי, וועלכער האָט געלעבט אינעם 11טן־12טן יאָרהונדערט.
פֿון דער אַנדערער זײַט, טענהן אַל־גאַזאַליס קריטיקער, אַז דער דאָזיקער פֿילאָסאָף האָט אויסגעאַרבעט אַן אומראַציאָנעלע שיטה, צוליב וועלכער די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע וויסנשאַפֿט און טאָלעראַנץ איז אונטערגעגאַנגען, און עס האָבן זיך צעבליט פֿאַנאַטישע טענדענצן. צום בײַשפּיל, האָט ראָבערט ספּענסער, אַ פֿאַרביסענער אַמעריקאַנער אַנטי־מוסולמענישער שרײַבער, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אויגוסט אַן אַרטיקל, וווּ אַל־גאַזאַלי ווערט געשילדערט ווי אַ שׂונא פֿון שׂכל און לאָגיק.
להיפּוך, האָט דער זשורנאַל „עקאָנאָמיסט‟ פּובליקירט אין אַפּריל אַ מער באַלאַנסירטן אַנאַליטישן אַרטיקל וועגן אַל־גאַזאַליס היסטאָרישער ירושה, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז צו באַשולדיקן אים אין שײַכות מיטן הײַנטיקן טעראָריזם איז פּונקט אַזוי נאַריש, ווי צו באַטראַכטן דעם באַרימטן דײַטשישן דענקער פֿרידריך ניטשע ווי אַ גרינדער פֿון נאַציזם. דערצו, האָט דער דאָזיקער פֿילאָסאָף משפּיע געווען אויף טאָמאַס אַקווינאַס און אַנדערע גרויסע קריסטלעכע דענקער.
וואָס שייך ניטשע, האָט ער אַליין שאַרף קריטיקירט נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם. הגם די נאַציס האָבן פֿאַרוואַנדלט זײַן קאָנצעפּציע פֿונעם „אויבערמענטש‟ אין אַ פּאָפּולערן פֿאַשיסטישן סימבאָל, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ניטשע האָט אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף אַזעלכע ייִדישע דענקער, ווי הלל צייטלין און מאַרטין בובער, וועלכע האָבן שטודירט זײַן פֿילאָסאָפֿיע ערנסט און סיסטעמאַטיש.
אָן אַ שיִער גרעסער איז געווען אַל־גאַזאַליס ראָלע אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, וואָס באַטראַכט אים דווקא ווי אַ גוטן און כּשרן דענקער. אַדרבה, עס קאָן זײַן, אַז אַל־גאַזאַלי ממשותדיק משפּיע געווען, דורך זײַנע מיטל־עלטערלעכע ייִדישע נאָכפֿאָלגער, אויף דער הײַנטיקער חרדישער באַוועגונג, וואָס באַציט זיך מיט אַ חשד צו פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקוסירט זיך אויף דער הלכה.
אַבו־כאַמיד מוכאַמאַד אַל־גאַזאַלי איז געבוירן געוואָרן אין טוס, איראַן. שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין באַגדאַד און באַקומען דאָרטן אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ וועלט־באַרימטן מומחה אין אַלע טראַדיציאָנעלע מוסולמענישע חכמות. נאָך אַ צאָל נסיעות ווי אַן אָרעמאַן איבער מעקע, ירושלים און דמשׂק, האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן איראַנישער היימשטאָט, וווּ ער האָט געפֿירט אַ שטרענג אַסקעטיש לעבן ביזן טויט, אינעם יאָר 1111. אַל־גאַזאַלי האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקע צאָל ביכער אויף אַראַביש און פּערסיש. בײַ ייִדן זענען אָבער פֿאַרשפּרייט געוואָרן בלויז אַ טייל פֿון זײַנע ווערק, וואָס קלינגען נישט צו ספּעציפֿיש איסלאַמיש.
ס׳איז אַמאָל געווען אַ תּקופֿה, ווען יעדער פֿילאָסאָפֿיש־געבילדעטער ייִד האָט געמוזט קענען אַל־גאַזאַליס ווערק. רבי יהודה הלויס באַרימטער „ספֿר הכּוזרי‟, לכתּחילה אָנגעשריבן אויף אַראַביש, פֿאָלגט אויף אַ ייִדישן שטייגער אַל־גאַזאַליס אַרגומענטן קעגן חקירה. אַל־גאַזאַליס השפּעה פֿילט זיך אויך אין אַזעלכע באַקאַנטע ייִדישע ספֿרים, ווי „אור השם‟ פֿון רבי חסדאי קרשׂקשׂ און אַבֿרהם אבן דאַודס „אמונה רמה‟. אַן אַנדער קלאַסישער ספֿר, וואָס שטימט אין אַ סך פּונקטן מיט אַל־גאַזאַלי, איז „חובֿות־הלבֿבֿות‟. אין דעם פֿאַל איז אָבער מעגלעך, אַז ביידע דענקער האָבן אומאָפּהענגיק געשעפּט דעם מאַטעריאַל פֿון די זעלבע אַראַביש־מוסולמענישע קוואַלן.
עטלעכע איבערזעצונגען פֿון אַל־גאַזאַליס ווערק אויף לשון־קודש, וווּ די קאָראַנישע פּסוקים זענען צומאָל באַזײַטיקט געוואָרן מיט תּנ״כישע עקוויוואַלענטן, האָבן זיך באַוויזן אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה און זענען געווען ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער ייִדישער וועלט, אַרײַנגערעכנט טשעכײַ און פּוילן. אַ גאַנצע ריי רבנים, דער עיקר ספֿרדישע, האָבן אָנגעשריבן פּירושים אויף אַל־גאַזאַליס ווערק. עס האָט זיך אָפּגעהיט אַ ייִדישער כּתבֿ־יד, וווּ זײַן נאָמען ווערט באַגלייט מיט די ראָשי־תּיבֿות „זצ״ל‟, ווי אַ ייִדישער צדיק.
צווישן אַל־גאַזאַליס חידושים, וואָס די קריטיקער באַטראַכטן ווי אַ קעגנערשאַפֿט צו ראַציאָנאַליזם, שטימט אינגאַנצן מיט די הײַנטיקע חסידים. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿן, וועלכע האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף די געזעצן פֿון דער גשמיותדיקער נאַטור, האָט אַל־גאַזאַלי דערקלערט, אַז יעדעס געשעעניש אינעם אוניווערס איז אַ דיקערטע אַנטפּלעקונג פֿון השגחה־פּרטית און אַ געטלעכער נס. אויב אַ שטיק באַוול ווערט פֿאַרברענט, ווען אַ פֿײַער רירט עס אָן, מיינט עס, אַז דער באַשעפֿער אַליין האָט עס אין דעם מאָמענט אָנגעצונדן.
אַן אַנדער וויכטיקער פּונקט איז אַל־גאַזאַליס דערפֿאָלגרײַכער סינטעז פֿון די הויכע מיסטישע עבֿודות און חקירות מיט דער שטרענגער אָנגעהעריקייט צו דער הלכה. אין זײַן תּקופֿה האָבן זיך צעבליט פֿאַרשיידענע „ווילדע‟ באַוועגונגען, וואָס האָבן צוליב פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן זיך אַלץ ווײַטער אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן איסלאַם. אַל־גאַזאַלי האָט פֿאָרמולירט אַ שיטה, לויט וועלכער די אינערלעכע סודות פֿון רוחניות טאָרן נישט קומען אין סתּירה מיט די פּראַקטישע רעליגיעזע כּללים. לויט דער ייִדישער ווערסיע פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע, מוז מען לעבן שטרענג על־פּי־הלכה, אויב מע וויל אַרײַנקוקן אין די קבלה־ספֿרים און פֿאַרנעמען זיך מיט חקירה־פֿאָרשונגען; חכמות און סודות טאָרן בשום־אופֿן נישט באַזײַטיקן דעם פּשט. אַזאַ צוגאַנג איז, אַוודאי, ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע חרדים.
בײַ אַ סך חסידים ווערט בלויז דער „כּוזרי‟ באַטראַכט ווי אַ כּשרער פֿילאָסאָפֿישער ספֿר, אין פֿאַרגלײַך מיטן סכּנותדיקן „מורה־נבֿוכים‟ פֿונעם רמב״ם. פּונקט צוליב דעם, וואָס רבי יהודה הלוי האָט נאָכגעפֿאָלגט אַל־גאַזאַליס פֿאָרזיכטיקן און אויסקלײַבערישן צוגאַנג צו פֿילאָסאָפֿיע, בלײַבט דער „כּוזרי‟ פּאָפּולער אַפֿילו אין די סאַמע אַנטי־פֿילאָסאָפֿישע חרדישע קרײַזן.
לויט אַל־גאַזאַלי, אַנשטאָט צו באַשליסט פֿאַר זיך, צי עפּעס איז ריכטיק אָדער שלעכט, מוז מע באַקומען אַ קאָמפּעטענטן פּסק־דין, ווײַל די ראַציאָנעלע מענטשלעכע מאָראַל איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אילוזיע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער געטלעכער הלכה. ווידער, ווערט דער דאָזיקער אַרגומענט באַנוצט אין „ספֿר־הכּוזרי‟ און איז אָנגענומען בײַ די חרדים.
הגם דאָס וואָרט „פֿונדאַמענטאַליזם‟ איז לעצטנס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סטראַשוניק, באַצייכנט עס קאָנסערוואַטיוו־געשטימטע מענטשן, וואָס קאָנען זײַן גאַנץ פֿרידלעך און גוטהאַרציק, הגם זיי שטעלן די טראַדיציאָנעלע פֿרומקייט איבערן מענטשלעכן שׂכל און קאָנען צוליב דעם קומען צו סכּנותדיקע אויספֿירן. זײַענדיק אַ פֿאַרברענטער קעמפֿער פֿאַר דער איסלאַמישער אָרטאָדאָקסיע, האָט אַל־גאַזאַלי געהאַלטן, אַז בלויז אַ צדיק, וועלכער האָט אינגאַנצן אויסגערייניקט זײַן נשמה פֿון שלעכטע מידות, מעג גיין קעמפֿן מיט געווער קעגן די „אומגלייביקע כּופֿרים‟. די גראָבע עם־הארצישע יונגען מיט „קאַלאַשניקאָוו‟־ביקסן וואָלט ער זיכער נישט באַטראַכט ווי צדיקים.
אַזוי צי אַזוי, אויב ס׳איז טאַקע באַרעכטיקט צו באַטראַכטן אַל־גאַזאַלי ווי אַן אורפֿאָטער פֿון פֿונדאַמענטאַליזם, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זײַנע געדאַנקען האָבן אויך אויסגענומען אויף דער ייִדישער גאַס, און זײַן נאָמען ווערט דערמאָנט בכּבֿוד אין גאַנץ היימישע ספֿרים־הקדושים. ס׳איז איראָניש, אַז די ייִדישע גילגולים פֿון זײַן שיטה האָבן, מעגלעך, משפּיע געווען אויף די הײַנטיקע חרדים, וועלכע באַציִען זיך צו די פֿרעמדע השפּעות און אַלמענטשלעכע חקירות דווקא מיט אַ גרויסן חשד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.