איך פּאַק זיך נאָך אַלץ אויס פֿון מײַנע קעסטלעך מיט ביכער און פּאַפּירן זינט פֿאַראַיאָרן, ווען איך האָב זיך איבערגעצויגן קיין פֿלאָרידע אויף סטאַביל. מײַנע זין מיט זייערע משפּחות וווינען לעבן מיר, אַזוי אַז „מיר איז גוט איך בין אַ יתום‟.
פּאַק איך זיך אויס און געפֿין אוצרות, וואָס איך האָב פֿאַרפּאַסט אָדער פֿאַרגעסן, אויסשניטן פֿון צײַטונגען, בריוו, אָדער פֿאַרגעסענע בליץ־פּאָסט, ממש אַ גאַנצער פּאַק פֿון לייען־שטאָף.
צווישן די פּאַפּירן האָב איך דערזען דאָס אַרטיקעלע פֿון אַ שפּאַנישער צײַטונג, וואָס עס האָט אָנגעשריבן דער קאַטוילישער זשורנאַליסט סעבאַסטיאַן ווילאַר ראָדריגעז אין 2006.
ער הייבט אָן זײַן שריפֿט מיט די דאָזיקע ווערטער:
„דאָס גאַנצע אייראָפּעיִשע לעבן איז אומגעקומען אין אוישוויץ…‟ וואָס מער איך הער וועגן דער מוסולמענישער אימיגראַנטישער כוואַליע, וואָס האָט פֿאַרפֿלייצט כּמעט גאַנץ אייראָפּע, אַלץ מער קומט מיר אויפֿן זינען, אַז צווישן די סירישע, איראַקישע, אַפֿגאַניסטאַנער פּליטים מוזן זיך מסתּמא געפֿינען אַ שלל מיט מיטגלידער פֿון די איסלאַמישע טעראָריסטישע באַנדעס. אַגבֿ, האָט מען שוין אויפֿגעהערט צו ציטערן אָנצורופֿן זיי בײַ זייער יום־טובֿדיקן נאָמען „איסלאַמישע טעראָריסטן‟, וואָס מ’קען זיי הײַנט צו טאָג געפֿינען כּמעט איבער דער גאַנצער וועלט.
איך טראַכט זיך אַרײַן אין דער זעלביקער אייראָפּע, וואָס האָט אָנטייל גענומען אין אונדזער ייִדישן אומגליק, כאָטש ס’רובֿ פֿון מײַנע נאָענטע פֿרײַנט רעדן אין מיר אַרײַן, אַז גאָט טוט זיך נוקם זײַן אין אונדזערע שׂונאים אין אייראָפּע, פֿעלקער, וואָס האָבן מיטגעהאָלפֿן אונדז צו פֿאַרטיליקן.
דערווײַל וועל איך ווײַטער ציטירן פֿונעם אויספֿיר, צו וועלכן דער שפּאַנישער זשורנאַליסט סיניאָר ראַדריגעז האָט זיך דערצו דערטראַכט, ווען ער שרײַבט:
„איך שפּאַציר איבער די גאַסן פֿון באַרצעלאָנאַ און מיטאַמאָל האָב איך אַנטדעקט אַ שרעקלעכן אמת: אייראָפּע איז אומגעבראַכט געוואָרן אין אוישוויץ. מיר האָבן פֿאַרטיליקט זעקס מיליאָן ייִדן און אויסגעביטן זיי אויף צוואַנציק מיליאָן מוסולמענער. אין אוישוויץ האָבן מיר פֿאַרברענט אַ קולטור, שעפֿערישקייט, געדאַנק און טאַלאַנט. מיר האָבן אומגעברענגט די אמתע אַתּה־בחרתּנו־טרעגער, ווײַל פֿון זיי זײַנען געקומען די גרויסע און וווּנדערלעכע מענטשן, וועלכע האָבן געביטן די וועלט. דער ייִדישער בײַשטײַער שפּירט מען אין אַלע געביטן פֿון לעבן: וויסנשאַפֿט, קונסט, אינטערנאַציאָנאַלן מיסחר, און הויפּטזעכלעך, דאָס געוויסן פֿון דער וועלט, דאָס זײַנען די מענטשן וואָס מיר האָבן פֿאַרברענט.‟
איך לייען די שורות פֿון אַ קאַטאָליק און שטוין. דער וואַטיקאַן האָט געשוויגן, די וועלט האָט נישט קיין פּינטל געטאָן מיט קיין אויג; די גרויסע וועלט־רעזשימען איז עס אָנגעגאַנגען ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, און הײַנט, ווען אייראָפּע גייט אונטער, לויפֿט מען אַרום ווי די פֿאַרסמטע מײַז און קענען נישט קומען צו זיך. און מיר, אַבֿרהם אַבֿינוס אייניקלעך, קוקן זיך צו ווי אייראָפּע ראַנגלט זיך און מיר טראַכטן, זאָל די וועלט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון לײַדן און פּײַן.
און ווײַטער קוק איך אַרײַן אינעם אַרטיקעלע פֿונעם שפּאַנישן זשורנאַליסט, וווּ עס הערן זיך פֿון אים די קלאָג־ווערטער פֿון ירמיהוס איכה־ווייגעשרײען, אין דעם פֿאַל, וועגן דעם גרויסן אומגליק אין ירושלים און דעם חורבן בית־המקדש; און איך טראַכט ווידעראַמאָל, אַז אייראָפּע האָט אונדז צוגעשטעלט דעם דריטן חורבן, פֿאַרברענט אונדזער דריטן בית־המקדש און אויסגעליידיקט אייראָפּע פֿון זייער „ריינעם געוויסן‟, פֿון זייער מענטשלעכקייט און אָנשטענדיקייט, צוריק צום אַלטן סטאַטוס־קוואָ.
יענע פּאַראַגראַפֿן, כאָטש זיי זײַנען געשריבן געוואָרן מיט נײַן יאָר צוריק, קלינגען שטאַרק הײַנטצײַטיק, דער עיקר, ווען ס’רעדט זיך וועגן דײַטשלאַנד. אַנגעלאַ מערקעל דריקט אויס איר שולד אַנטקעגן די ייִדן מיט עפֿענען די טויערן פֿאַר די מוסולמענישע מאַסן. דערמיט וויל זי אויסמעקן אַ שוואַרצן בלאָטער אין דער דײַטשער ברוטאַלער געשיכטע? אַגבֿ, די סלאַוון האָבן אויך געהאַט אַ האַנט אין אונדזער ביטערן גורל. די וועלט וויל עס פֿאַרגעסן, אָבער כּל־זמן מיר עקזיסטירן, וועלן מיר עס אייביק געדענקען.
אין דער אמתן איז עס אַ גרויס רחמנות אויף די מיליאָניקע פּליטים, וואָס זייערע אייגענע מושלים און מיטברידער שטעלן אין געפֿאַר זייערע לעבנס און הרגענען זיי אויס ווי די פֿליגן; אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז זיי קומען אַרויס פֿון אַ באַשטימטער קולטור, וואָס האָט זיך געפּאַשעט אויפֿן קאָראַן, אויף זייערע הייליקע אימאַמס און קלעריקאַלן. זיי האָט מען אינדאָקטרינירט אויסצומײַדן די מערבֿדיקע קולטור, ווײַל ס’איז טמא, און אויסמעקן די גרויסע דערגרײכונגען, מיט וועלכע די ציוויליזאַציע גוידערט זיך.
ייִדן זײַנען אויך געווען אַמאָל שטאַרק צוגעשמידט צו דער תּורה מיט אירע רבנים און רביים, וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען נישט געווען באַקאַנט מיט דער דרויסנדיקער וועלט און אירע אויפֿטוען, אָבער זייער גוט זײַנען זיי געווען באַקאַנט מיט די שׂונאי־ישׂראל. לאָמיר אָבער געדענקען, אַז די נבֿיאים האָבן געפּרעדיקט גערעכטיקייט, אונדזערע מלכים האָבן דאָך געמוזט האַנדלען מיט דער אַרומיקער וועלט, פּונקט ווי די אַמאָליקע ייִדישע סוחרים, וועלכע זײַנען אויסגעפֿאָרן אַ וועלט מיט זייער וואַרע און מיסחר. קיין מאָל איז אונדז נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַלן צו לאַסט די ממשלות, אין וועלכע מיר האָבן אויפֿגעשטעלט אונדזער געצעלט.
פֿאַר אונדז האָט אַלעמאָל עקזיסטירט „דינא־דמלכותא‟. מיר האָבן זיך אַלעמאָל אונטערגעוואָרפֿן דעם געזעץ פֿון לאַנד און דערצו פֿאַרמאָגט אייגענע קהילות, אייגענע בעלי־צדקה, פֿון הכנסות־כּלה ביז הכנסות־אורחים. אַזוי אַז מ’קען אונדז נישט באַשולדיקן אין פֿאַלן צו לאַסט אונדזערע גאַסט־געבער, מיר האָבן זיך אַלעמאָל אַליין באַדינט.
אומשולדיק פֿראַנצייזיש בלוט איז די טעג פֿאַרגאָסן געוואָרן אין פּאַריז, און מיר ציטערן און פֿלאַטערן — סאַראַ אומגליק, סאַראַ אַכזריות, סאַראַ דורשט נאָך טויט! דאָ וויל זיך אויסדריקן מײַן פּראָטעסט אַנטקעגן דעם אומשולדיק פֿאַרגאָסן ייִדיש בלוט אין אונדזער ייִדישער מדינה, אָבער די וועלט גיט נישט קיין פּיפּס, ווי זיי וואָלטן אײַנגענומען אַ מויל פֿול מיט וואַסער. קיינעם גייט נישט אָן, וואָס ייִדן קומען אום טעגלעך, הײַנט מיט מעסערס־שטעך. ייִדן רעכענען זיך נישט פֿאַר מענטשן. אַז עס קומט צו ייִדן איז שאַ־שטיל ווי אין אַן אויער. ייִדיש בלוט איז הפֿקר.
אַזוי האָט מען געלאָזט אין וויגל היטלערן, הײַנט האָט מען צו טאָן מיט „אײַסיס‟ און „אַל־קײַדאַ‟, „כאַמאַס‟, „כעזבאָלאַ‟, „על־שאַבאַב‟ און „פּעש־מאָרגאַ‟, מיט דער מוסולמענישער־ברודערשאַפֿט און דעם איסלאַמישן־שטאַט, סוניטן און שיִיִטן — איין שאַנדרע־באַנדרע, וואָס קוילעט זיך אויס איינס ס’אַנדערע.
און מיר, די אַזוי גערופֿענע „ציוויליזירטע‟ מינאָריטעטן, שלאָגן זיך קאָפּ אין וואַנט און פֿאַרשטייען די זאַך ווי בלעמס אײזל. ווי אַזוי קענען מיר עס בכלל תּופֿס זײַן? פֿאַראַן אַ פּריאָריטעט, אויב דאָס קולטיווירטסטע פֿאָלק, די ציוויליזירטסטע פֿון אַלע פֿעלקער, האָט געקענט פֿאַרבלאָטיקן די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע אין אייניקע צענדליק יאָר מיטן „דריטן רײַך‟, איז אַלץ מעגלעך. לאָמיר האָפֿן, אַז די נעבעכדיקע, ציוויליזירטע וועלט וועט קענען אַרויס דערפֿון מיט גאַנצע ביינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.