ביז סוף דעצעמבער װעט מען אויסשטעלן אין דעם „מוזיי מיטרע‟ פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס אינקונאַבלען און ביכער־אַנטיקן פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, װאָס געהערן צו די יעזויִטן אין אַרגענטינע. די אויסשטעלונג איז דערעפֿנט געװאָרן דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָװעמבער. אַ 30 ביכער זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן פֿון די יעזויִטן גופֿא און אין אַ טייל פֿון זיי דערמאָנט מען ייִדן און אַנוסים, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד אין יענע יאָרן.
די מאַטעריאַלן זײַנען ביז גאָר װיכטיק פֿאַר דער געשיכטע פֿון די ייִדן נאָכן גירוש שפּאַניע און די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון דער אינקװיזיציע אין אַמעריקע. די אויסשטעלונג װעט באַגלייט װערן פֿון לעקציעס, קאָנצערטן און פֿילמען. װען די יעזויִטן זײַנען אַרויסגעטריבן געװאָרן פֿון אַמעריקע, װען דער פּויפּסט קלעמענטע דער 14טער האָט זיי אַרײַנגעלייגט אין חרם אין 1773, האָבן יחידים אָפּגעקויפֿט זייערע ביבליאָטעקן און אָפּגעראַטעװעט אָט דעם רכוש. די אויסשטעלונג פֿײַערט די 200 יאָר, װען די יעזויִטן זײַנען װידער אַרײַנגענומען געװאָרן אין דער קירכע, און אויך װי אַ באַערונג פֿאַר פֿראַנסיס, דער ערשטער יעזויִט, װאָס איז געװאָרן אַ פּויפּסט.
שבת, דעם 14טן נאָװעמבער איז באַקאַנט געװאָרן די ידיעה, אַז די רעגירונג האָט אָפּגעלייגט ביז נאָך די קומענדיקע װאַלן, דעם אײַנקויף פֿון 14 ישׂראלדיקע אַװיאָנען „כּפֿיר‟ פֿאַר דער אַרגענטינער אַרמיי. דער דריטער אין דער היעראַרכיע, בריגאַדיר מאַריאָ קאַזשעכאָ, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן מיט אַ קלאַפּ אין טיר, פֿאַרעפֿנטלעכט די פֿאַרהאַנדלונגען און געצװוּנגען די רעגירונג אים צו באַזײַטיקן. דאָס געשעפֿט, אין באַטרעף פֿון 360 מיליאָן דאָלאַר, איז נאָך איינס פֿון די, װעלכע װעלן דאַרפֿן רעװידירט און אויסגעפֿאָרשט װערן פֿון דער קומענדיקער אַדמיניסטראַציע.
כעראַרדאָ ראָמאַנאָ איז אַ פּאָפּולערער אַרגענטינער אַקטיאָר, װאָס שטיצט עפֿנטלעך דעם קאַנדידאַט פֿון דער רעגירונג. ער האָט זיך אויסגעדריקט, אַז װער עס שטימט פֿאַר מאַקרי, דער קאַנדידאַט פֿון דער אָפּאָזיציע, איז „פּונקט װי אַ ייִד זאָל שטימען פֿאַר היטלערן‟. די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט קעגן אַזאַ דערקלערונג, װאָס באַנאַליזירט דעם חורבן און באַליידיקט די פּליטים.
זונטיק, דעם 15טן נאָװעמבער, אין דער דעבאַטע צװישן ביידע קאַנדידאַטן פֿאַר פּרעזידענט אין די װאַלן, װאָס װעלן פֿאָרקומען דעם קומענדיקן זונטיק, איז קלאָר געװאָרן, אַז מאַוריסיאָ מאַקרי, פֿון דער אָפּאָזיציע, װעט איבעררײַסן די באַציִונגען מיט װענעזועלע, און פֿאָרלייגן דעם פּאַרלאַמענט, ער זאָל אָפּװאַרפֿן דעם קװעסטיאָנירטן אָפּמאַך מיט איראַן. דאַניעל שיאָלי, דער קאַנדידאַט פֿון דער רעגירונג, האָט אויסגעמיטן דעם ענטפֿער אויף די פֿראַגעס.
אין דעם ראַבינער־סעמינאַר איז דעם 10טן נאָװעמבער דערעפֿנט געװאָרן אַן אויסשטעלונג, װאָס װײַזט די געשיכטע און אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן אַלף־בית. 22 פּאָסטערס װײַזן, אויף אַ דידאַקטישן אופֿן, די פֿאַרבינדונג פֿון ייִדישן פֿאָלק צום „פֿאַרגעטערטן כּתבֿ‟. די אויסשטעלונג װעט אויך געװיזן װערן אין ייִשובֿים פֿון לאַנד.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין צו פֿאַרשפּרייטן אין ייִשובֿ דעם באַגריף פֿון דער גניזה. דער אַרגענטינער ייִװאָ איז געװען פֿון די ערשטע אינסטיטוציעס, װאָס האָט זיך באַניצט מיט דער גניזה שוין מיט איבער 20 יאָר צוריק.
דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָװעמבער, אַ שמועס־קלאַס אויף ייִדיש, װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור. די לעקציעס װערן געהאַלטן פֿונעם דירעקטאָר פֿון ייִװאָ דורך דער אינטערנעץ און די תּלמידים פֿון װײַטערע מקומות פֿון לאַנד האָבן זיך פֿאַררעגיסטרירט.
אין דער דײַטשער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, האָט די „דאַיאַ‟ פּרעזענטירט דעם „באַריכט װעגן אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע‟ פֿאַרן יאָר 2014. אויסגעאַרבעט פֿונעם „סאָציאַלן צענטער‟ פֿון דער אינסטיטוציע, װערט דער באַריכט פּובליקירט שוין 17 יאָר און רעכנט אויס און אַנאַליזירט די פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. פֿאַרן יאָר 2014 זײַנען די פֿאַלן געשטיגן אויף 30.5% לגבי פֿאַראַיאָרן, 308 פֿאַלן, װען אין דער אויסגאַבע פֿון 2013, האָט מען געהאַט רעגיסטרירט 236 פֿאַלן. דאָס מאָל האָט אַ דעלעגאַציע פֿון תּלמידים פֿון דער דײַטשער „פּעסטאַלאָצי־שול‟, באַגלייט פֿון זייערע לערערס, זיך באַטייליקט אויף דער פּרעזענטאַציע.
די פֿאָרשטייער פֿון דער „דאַיאַ‟ און דער קהילה האָבן אין נאָמען פֿון דעם אַרגענטינער ייִשובֿ באַזוכט מאָנטיק, דעם 16טן נאָװעמבער, די פֿראַנצויזישע אַמבאַסאַדע און אויסגעדריקט סאָלידאַריטעט און מיטלייד פֿאַר דעם פֿראַנצייזישן פֿאָלק און די געליטענע משפּחות פֿונעם ברוטאַלן טעראָריסטישן אַטענטאַט, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין פּאַריז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.