מאַרצעפּאַנע: אַ ווירטועל ייִדיש עסן

Marzipan: a Virtual Jewish Fare

Wiki Commons

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 20, 2015, issue of December 11, 2015.

איך פֿאַרענדיק צו שרײַבן אַ קליין זײַטל סאָציאַלער געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן, דהײַנו: וואָס און ווי אַזוי זיי האָבן געגעסן. די זאַך איז, אַז פֿאַראַיאַרן איז מיר אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישער אַכילה. דורכגעפֿירט האָט מען עס אין איטאַליע, אין דעם האַסטראָנאָמישן אוניווערסיטעט, וואָס שטייט בראָש דער באַוועגונג פֿאַר „לאַנגזאַמען עסן‟, דאָס הייסט, קעגן דעם „גיכן עסן‟.

די רייד גייט ניט בלויז וועגן דעם נוסח פֿון „מאַקדאָנאַלדס‟ און ענלעכע גאָרקיכן, הגם די באַוועגונג איז, אויף וויפֿל איך האָב פֿאַרשטאַנען, טאַקע געהאַט געבוירן געוואָרן פֿון אַ פּראָטעסט קעגן „מאַקדאָנאַלדס‟. ס’איז בכלל קעגן דעם מע זאָל פּשוט איבערכאַפּן מיט דעם, וואָס ס’איז דאָ אונטער דער האַנט, ווייניק טראַכטנדיק וועגן דעם, וואָס דו לייגסט אין מויל אַרײַן.

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן — מיר איז דאָרטן געפֿעלן געוואָרן. זייער ציוויליזירט. די איינציקע צרה איז, אַז אַזאַ מין עסן פֿאָדערט אַ סך צײַט אָדער (בעסער — און) געלט. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג; אָבער קליגער האָט מיך די רײַזע און די קאָנפֿערענץ זיכער געמאַכט. איצט איז געקומען די צײַט „זיך אָפּרעכענען‟ פֿאַר אָט דער דערפֿאַרונג — צו שרײַבן אַ קאַפּיטל פֿאַר אַ קאָלעקטיוון באַנד.

האָב איך זיך בײַם שרײַבן דערמאָנט וועגן דער „ווירטועלער‟ אַכילה, מיט וועלכער איך בין אויסגעוואַקסן. ווי אַ קינד, בין איך געווען אַ שלעכטער עסער, אַ מפֿונק. מײַן מאַמען האָט די איבערקלײַבערישקייט מײַנע, פֿאַרשטייט זיך, צוגעגעבן אַרבעט. פֿון מאָל צו מאָל, ווען איך האָב זיך אָפּגעזאָגט צו עסן עפּעס אַ מאכל, פֿלעג איך הערן פֿון איר: „וואָס זשע ווילסטו עסן? מאַרצעפּאַנעס?‟

אָט אַזוי איז דאָס וואָרט „מאַרצעפּאַנעס‟ אַרײַן אין מײַן וואָקאַבולאַר. אָבער דעם טעם פֿונעם מאַכל האָב איך ניט געוווּסט. נאָך מער: איך בין זיכער געווען, אַז קיין ריכטיקער מאכל מיט אַזאַ נאָמען עקזיסטירט ניט. ס’איז פּשוט אַ וואָרט, אַ מעטאַפֿאָר אַזאַ, ענלעך צו דעם ווי מע פֿלעגט אויף רוסיש רעדן וועגן אַ „פֿויגל־מילך‟.

אמת, אַ „פֿויגל־מילך‟ האָב איך, סוף־כּל־סוף, פֿאַרזוכט. צו מאָל קויף איך עס אויך איצט אין די רוסישע געשעפֿטן אין ברײַטאָן־ביטש. קאָנפֿעקטן מיט אַזאַ נאָמען האָט מען אין רוסלאַנד אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אין די 1960ער יאָרן, און אין די 1980ער יאָרן האָט זיך באַוויזן אויך אַ טאָרט פֿון אַזאַ סאָרט. אין די געשעפֿטן זע איך אויך אַ פּוילישן נוסח פֿונעם „פֿויגל־מילך‟ — אפֿשר האָבן זיי עס איבערגענומען בײַ די רוסישע אָדער זיך אַליין דערטראַכט, ווי אַזוי עס צו מאַכן.

אין אינטערנעץ ווײַזט מען אַפֿילו ווי אַזוי אַזעלכע זאַכן קען מען צוגרייטן אין דער היים. איך האָב געמיינט, אַז צוליב דעם דאַרף מען קענען רוסיש:

אָדער פּויליש (wielkiezarcie.com/recipes/30013758). עס לאָזט זיך אויס, אָבער, אַז ענגליש איז אויך אַ לשון, וואָס קען געבן אַ צוטריט צו די דאָזיקע קולינאַרישע סודות:

הקיצור, דער באַגריף פֿון „פֿויגל־מילך‟ האָט זיך בײַ מיר נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן אָנגעפֿילט מיט אַ טעם. אָבער קיין ריכטיקן מאַרצעפּאַן איז מיר ניט אויסגעקומען צו עסן ביז דער צײַט, ווען איך האָב פֿאַרלאָזט מאָסקווע אין יאָר 1991. נאָר אין ענגלאַנד האָט זיך דאָס וואָרט „מאַרצעפּאַן‟ פֿאַראייניקט מיט עפּעס אַ טעם. מײַן ווײַב קויפֿט עס גאַנץ אָפֿט, זי האָט עס זייער ליב. און איך בלײַב צו דעם מאכל גאַנץ קאַלט.