אַזוי ווי ס‘איז שוין געקומען צו רייד וועגן דער באַן, קענען מיר זיך איצט נעמען צון אַ צווייטער קאַטעגאָריע: אויטאָס, אויטאָבוסן, טאַקסיס. כּידוע האָט מען דעם אויטאָ (און במילא דעם אויטאָבוס מיטן טאַקסי) אויסגעטראַכט ערשט בײַם סוף 19טן י״ה — פֿאַרדאַנקען האָבן מיר דאָס קאַרל בענץ אין דײַטשלאַנד און הענרי פֿאָרד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זענען זיי צווישן די נײַסטע מינים טראַנספּאָרט; אַפֿילו נאָכן אויפֿקום פֿון באַנען פֿלעג מען ווײַטער פֿאָרן מיט פֿערד־און־וואָגן, אָבער צוליב דעם אויטאָ זענען צו ביסלעך אַוועקגעגאַנגען נישט נאָר פֿערד־און־וואָגן, נאָר אויך באַנען; אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.
ס׳איז אַ מאָדנער צופֿאַל, וואָס די באַנטערמינען וואָס מיר האָבן שוין געזען, הייסן אַלע אַן ערך ׳ציִער, שלעפּער׳; די ווערטער פֿאַר די מאָדערנערע פֿאָרמיטלען נעמען זיך גאָר העט־העט פֿון דער קלאַסישער תּקופֿה. קען מען זיך משער זײַן, אַז דער באַן האָט אַ נאָמען געגעבן דאָס פֿאָלק, בשעת דער אויטאָ האָט זײַן נאָמען באַקומען פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער, וואָס האָט געקענט לאַטײַן און גריכיש. אַ מאָל דאַכט זיך מיר, אַז אָן גריכיש וואָלטן מיר אַלע געבליבן שטומע; אָבער ניין, דער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר וואָלט זייער שיין געקענט זיך געבן אַן עצה. אויף צרות וואָלטן געווען בלויז וויסנשאַפֿטלערס, דאָקטוירים און זייערס גלײַכן.
דעם אמת געזאָגט, אפֿשר האָט יענער אַנאָנימער וויסנשאַפֿטלער די קלאַסישע שפּראַכן בלויז געקענט אויפֿן שפּיץ מעסער, וואָרן ער האָט אָפּגעטאָן אַ שרעקלעכע שפּראַכיקע עוולה: ס׳וואָרט „אויטאָמאָביל“ איז אַ געמיש פֿונעם גריכישן „אויטאָ“ („זיך, אַליין“) מיטן לאַטײַנישן „מאָביל“ („באַוועגלעך, רירעוודיק“). ווען דער שרײַבער פֿון די שורות וואָלט געלעבט אין יענער צײַט, וואָלט איך באַלד אויסגערופֿן: טרייף, שעטנז! אויף וויפֿל איך ווייס האָבן בלויז די גריכן (אַ לעבן אויף זיי!) אַ „כּשר“ וואָרט, נישט קיין שעטנז: avtokinito; kinito איז אויף גריכיש דאָס זעלביקע, וואָס mobile אויף לאַטײַניש (אַזוי ווי די אינטערנאַציאָנאַליזמען „קינעטיק“ און „קינעטיש“).
אויך „אויטאָבוס“ איז, צום באַדויערן, „שעטנז“. דער מקור איז דאָס לאַטײַנישע omnibus („פֿאַר אַלעמען“) מיט דער ערשטער העלפֿט פֿון „אויטאָמאָביל“. נאָר פֿאַרפֿאַלן, בשעת מע האָט אויסגעטראַכט אָט דאָס וואָרט, האָט מען בײַ מיר נישט געפֿרעגט קיין מבֿינות…
דערפֿאַר, אָבער, זענען פֿאַראַן בײַ די אומות־העולם כּלערליי טערמינען נישט קיין קלאַסישע, נאָר איבערגעניצעוועטע פֿון עלטערע מיטלען. ס׳ענגלישע car(motor) איז אַ מאָל געווען אַ וואָגן; ס׳שפּאַנישע coche דעקט זיך מיטן ייִדיש „קאָטש“; ס׳פֿראַנצייזישע voiture נעמט זיך פֿון voie („וועג; רעלס“); ס׳דײַטשישע Wagen איז פּשוט „וואָגן“.
אין מיזרח־אייראָפּע, ווידער, האָט מען, אַ שטייגער, ס׳פּוילישע samochód („גיין אַליין“, אַזוי ווי „אויטאָמאָביל“) און ס׳רוסישע mashina („מאַשין“).
הײַנט וואָס איז אַ טאַקסי? אויך אַ נעאָקלאַסישער טערמין. ס׳איז דאָס גריכישע וואָרט פֿאַר „אָרדענונג“ — אויב מע פֿרעגט אַ גריך וואָס ער מאַכט, איז אַ טיפּישער ענטפֿער en taksi („אין אָרדענונג, בסדר“). דאָס פֿאָרמיטל האָט לכתּחילה געהייסן „טאַקסימעטער“, ד״ה, דער מעסטער פֿונעם פּרײַז פֿאַרן פֿאָרן, וואָס דערפֿון האָט מען אָפּגעהאַקט די צווייטע העלפֿט. צום סוף איז דער פֿאַרקירצטער נוסח צוריק אַרײַן מיטן מאָדערנעם טײַטש צו די גריכן אַליין.
אינעם ענגלישן taxicab איז די צווייטע העלפֿט געקירצט פֿון cabriolet, אַ מין וואָגן; עד־היום הייסט אַן אויטאָ מיט אַ ווייכן דאַך וואָס מע קען אַראָפּרוקן, „קאַבריאָלעט“ (convertible בלעז).
אויף אַ סך אייראָפּעיִשע לשונות האָט דער שורש taxi אַ סך אַ ברייטערן באַניץ ווי סתּם פֿאַר אַזאַ מין אויטאָ. דאָס אָנשטאָפּן חיות, הייסט בײַ די אומות־העולם taxidermy, דהײַנו „דאָס אײַנאָרדענען הויט“; אַזוי ווי ס׳גריכישע taxi איז אויך טײַטש „קאַטעגאָריע“, איז פֿאַראַן „טאַקסאָנאָמיע“, טײַטש „קאַטעגאָריזירן“. דער דאָזיקער שורש איז אויך טײַטש „אַרויפֿלייגן“, האָבן מיר „טאַקסע“ און tax („שטײַערן“), ווי אויך taxing („שווער“, וועגן אַרבעט).
און כּדי די רוימער זאָלן זיך נישט פֿילן באַעוולט, דאַרף מען צוגעבן, אַז חוץ mobile און omnibus האָבן זיי אונדז אויך געגעבן „טראַנספּאָרט“ און „טראַנזיט“. ס׳ערשטע האָט בײַ זיי געהייסן „אַריבערפֿירן“, ס׳צווייטע — „גייט איבער“. אָט פֿלעגן זיך די רוימער נאָך העט ווען באַקלאָגן Sic transit gloria mundi „אָט גייט איבער/אַוועק די גלאָריע פֿון דער וועלט“. אַ סימן, אַז זיי זענען געווען גערעכט: פֿון זייערס אַ מליצה איז געבליבן מערנישט אַ וואָרט פֿאַר פֿאָרן טאָג־טעגלעך צו דער אַרבעט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.