לאָמיר זיך לערנען בײַ עלטערע פֿאָלקזינגערס

Learning From Older Folksingers

צוויי זינגערס הײַנט, וואָס זינגען אינעם אַלטן סטיל פֿון ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג, זענען עטל ריים און מיישקע אַלפּערט
Janina Wurbs
צוויי זינגערס הײַנט, וואָס זינגען אינעם אַלטן סטיל פֿון ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג, זענען עטל ריים און מיישקע אַלפּערט

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published November 22, 2015, issue of December 11, 2015.

נישט איין מאָל, ווען איך בין געזעסן מיט דער מאַמען ע״ה, און זיך צוגעהערט צו נײַע רעקאָרדירונגען פֿון די הײַנטיקע ייִדישע זינגער, האָט זי געמאַכט מיט דער האַנט און באַמערקט, „אָפּגעזונגען‟, וואָס דאָס האָט געהייסן, אַז מע האָט געזונגען דאָס ליד אָן טעם, אָן געפֿיל. אַ מאָל בין איך געווען מסכּים, אַ מאָל נישט, אָבער „אָפּגעזונגען‟ איז געבליבן בײַ אונדז אַ שטענדיקע קריטיק, אַפֿילו וואָס שייך די באַקאַנטסטע און באַליבטסטע זינגער פֿונעם „ייִנגערן דור” (אין אונדזער קולטור איז דער דאָזיקער דור שוין זעכציק יאָר אַלט).

צוליב דעם וואָס הײַנט איז דערמעגלעכט געוואָרן זיך צוצוהערן צו די עכטע פֿאָלקזינגערס אין פֿאַרשיידענע קלאַנג־זאַמלונגען, דהײַנו: די רעקאָרדירונגען פֿון די פֿאָלקלאָריסטן רות רובין, בען סטאָנהיל, סאָפֿיע מגיד און משה בערעגאָווסקי, קען מען אָנהייבן צו פֿאָרמולירן געוויסע מסקנות וועגן דער ייִדישער פֿאָלקסגעזאַגג־טראַדיציע אין מיזרח־אייראָפּע. אויף אַזאַ אופֿן קען מען זיך אַרײַנטראַכטן, צי מע האָט אַ מאָל טאַקע געזונגען מיט מער טעם און געפֿיל. די פֿאָלקלאָר־זאַמלער פֿון מײַן דור האָבן נאָך געהאַט די זכיה צו הערן ייִדישע זינגערס, געבוירן אין מיזרח־אייראָפּע; זיי האָבן געזונגען אַרום אַ טיש, אָדער פֿאַר אַן אינטימען עולם.

איין פּשוטע אָבסערוואַציע: ווען מע הערט זיך צו באַמערקט מען, אַז מע פֿלעגט זינגען אַ סך פּאַמעלעכער. אַפֿילו בײַ די פֿריילעכע לידער מיט אַ גיכערן טעמפּאָ האָט מען זיך נישט געאײַלט, נאָר טאַקע אַרײַנגעלייגט אַ ביסל געפֿיל, אַ ביסל אויסטײַטש. פֿאַר וואָס האָט מען אָנגעהויבן זינגען לידער אַלץ גיכער און גיכער? איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס מע זינגט זיי באַלייט מיט אינסטרומענטן, און מיט אַ ריטעם, וואָס איז געווען אָפֿט נישט רעגולער און אַ ביסל אימפּראָוויזירט לויט דעם געפֿיל פֿונעם זינגער. דער הײַנטיקער זינגער מוז זיך צופּאַסן צום ריטעם פֿונעם אינסטרומענט, און נישט פֿאַרקערט.

איך דערמאָן זיך אין אַ נישט־ייִדישן משל פֿון אַזאַ פֿענאָמען. איינער פֿון די לעצטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער „בלוז‟־זינגער, לײַטנינג [בליץ] האָפּקינס, שוין זייער אַלט, האָט געזונגען אין אַ קלוב אין מאַנהעטן. באַלייט האָט אים אַ גרופּע ווײַסע „בלוז‟־מוזיקער. אַ „בלוז‟־ליד, האָט טאַקע אַ געוויינטלעכן ריטעם, אָבער דער זינגער קען אַ מאָל „אויסשטרעקן‟ די שורה פֿון אַ ליד, אויב ער פֿילט אַן אימפּולס דאָס צו טאָן, אָדער פֿאַרקירצן און זינגען איין שורה אַ ביסל גיכער. אַז ער באַלייט זיך אַליין אויף דער גיטאַר איז עס נישט קיין פּראָבלעם, אָבער אויב עס שפּילט מיט אים אַ גרופּע, וואָס איז נישט גרייט צו זײַן בייגעוודיק, ווערט עס אַ גרויסע פּראָבלעם. אַזוי איז געשען בײַ „לײַטנינג‟ האָפּקינס׳ קאָנצערט — דער זינגער האָט נאָך געהאַלטן בײַם זינגען איין שורה, בשעת די מוזיקער האָבן שוין אָנגעהויבן די מוזיק פֿון דער שורה נאָך דעם. וואָס איך בין אויסן — מע מוז דאָס געזאַנג נישט האַלטן אין אַ סדום־בעטל.

נאָך אַ זאַך וואָס איך האָב באַמערקט: די צוזינגען, די „אײַ־אײַ־אײַס‟, די „יאַדאַ־בידי־באָמס‟, די „דײַ־דײַ־דײַ־דײַס‟, וואָס מע זינגט בײַם סוף פֿון די סטראָפֿעס, אָדער צווישן די סטראָפֿעס, ווערן הײַנט אַזוי גיך „אָפּגעזונגען‟, אַז סע האָט גאָרנישט קיין טעם. למשל, בײַם ליד „שפּרײַז איך מיר‟ אָדער „אַלע ברידער‟, וואָס מע הערט אָפֿט אויף די הײַנטיקע קלעזמער־קאָנצערטן, זינגט מען דעם צוזינג אַזוי גיך און לעבעדיק, אַז ס’איז פּשוט נאַריש. אָבער ווען אונדזער טײַערער צוניע רײַמער ע״ה אין בראָנקס האָט דאָס ליד געזונגען, האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך געפֿיל אין די „אײַ־אײַ־אײַס‟, און ס’איז אַרויס פֿון דעם אַ קליין מײַסטערווערק פֿול מיט עכטער האַרציקייט. ער איז נישט דער איינציקער — די פֿאָלקזינגערס פֿון אַמאָל האָבן געניצט דעם צוזינג, נישט נאָר די סטראָפֿעס מיט די ווערטער, ווי אַ געלעגנהייט אויסצודריקן פֿרייד אָדער טרויער. דאָס הערט מען בפֿירוש אין די אַלטע רעקאָרדירונגען.

די פֿאָלקזינגערס האָבן אויך פֿאַרשטאַנען, ווען מע דאַרף זינגען מיט ווייניקער עמאָציע, כּדי צו זינגען אַ באַלאַדע. די געפֿילן פֿונעם זינגער טאָרן זיך נישט אַרײַנמישן אין דעם זשאַנער פֿון געזאַנג. בײַ די לידער זינגט מען יאָ מיט אַ רעגולערן ריטעם, און דאָ און דאָרט גיט מען צו אַ ביסל דראַמאַטישקייט, אָבער בלויז אַ באַגרענעצטע „דאָזע‟. אַלע דאַרפֿן הערן די באַלאַדע (כּמעט אַלע מאָל אַ טראַגישע מעשׂה, נישט קיין פֿריילעכע) און איבערלעבן די באַלאַדע צוזאַמען.

צי ס’איז דאָ אַ חילוק צווישן מענער און פֿרויען בײַם פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל, איז אַ האַרבע שאלה. אין אַלגעמיין, האַלט איך, אַז די מענער האָבן ליב צו זינגען פֿריילעכע לידער, און די פֿרויען — טרויעריקע. אָבער אין דער אמתן, ווערט די מעשׂה אין גאַנצן אויסגעמישט, ווײַל די זין לערנען זיך אויך אויס אַ סך טרויעריקע ליבע־לידער פֿון זייערע מאַמעס. עס קלינגט אפֿשר נישט עכט, אָבער מענער־זינגערס זינגען אויך די לירישע דיאַלאָגן צווישן מאַמעס און טעכטער, וואָס געפֿינען זיך בשפֿע אין דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע.

עס איז מיר אויסגעקומען צו הערן אין געוויסע לידער אַ חילוק, ווי מענער און פֿרויען זינגען זיי. וועלוול זבאַרזשערס ליד „קום אַהער דו פֿילאָסאָף‟, האָב איך געהערט סײַ ווי אַ שאַרף, איראָניש ליד, געזונגען פֿון אַ מאַן, און סײַ ווי אַ לויב צום רבין, אָן סאַרקאַזם, געזונגען פֿון אַ פֿרוי. נאָך אַ משל — דאָס אַרבעטער־ליד „ברידער מיר האָבן געשלאָסן‟ פֿון ה. אַלעקסאַנדראָוו, ווערט פֿון מענער און בונדיסטן געזונגען ווי אַ מאַרש, אָבער, מײַן באָבע ליפֿשע שעכטער־ווידמאָן האָט דאָס געזונגען פּאַמעלעך מיט האַרץ־ווייטיק, און דער מאַרש איז מגולגל געוואָרן אין אַ טרויעריקער באַלאַדע.

עס איז נאָך דאָ אַ סך אויסצופֿאָרשן און פֿאַרגלײַכן, און מע דאַרף האָבן סענסיטיווע אויערן, ווען מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירוגען פֿון פֿאָלקסזינגער, כּדי איבערצוגעבן צו ייִנגערע זינגערס, וואָס איז די טראַדיציע. אויב זיי הערן דעם אונטערשייד צווישן דעם אַמאָל און הײַנט און באַשליסן, אַז די אַלטע טראַדיציע פּאַסט נישט פֿאַר זיי — פֿײַן, אָבער זאָל דאָס ווערן באַשלאָסן מיט וויסן און נישט מיט אומוויסן.

צו זען ווי די גרופּע „אַנ־סקי ייִדישער־ירושה־אַנסאַמבל‟, מיט די זינגערס עטל ריים און מיישקע אַלפּערט, זינגען ייִדישע לידער אין דעם אַלטן סטיל פֿון פֿאָלקסזינגערס, גיט אַ קוק אויף דעם וועבזײַטל: