ייִדיש־פֿאָרשונג אין רוסלאַנד פֿאַרברייטערט זיך

Yiddish Research in Russia Reaches New Levels

David Frenkel

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 22, 2015, issue of December 11, 2015.

אין דעצעמבער וועט זיך אין רוסלאַנד אָנהייבן אַ נײַער שטאַפּל פֿון פּראַקטישע ייִדיש־פֿאָרשונגען, וועלכע אַ גרופּע סטודענטן־לינגוויסטן בײַ דער „העכסטער שול פֿון עקאָנאָמיע‟ האָט געגרינדעט אין 2013. במשך פֿון צוויי יאָר, האָבן די באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט דורכגעפֿירט אַ גרויסע אַרבעט, כּדי צוצוגרייטן יונגע קענער און אַקאַדעמישע ספּעציאַליסטן פֿון דער שפּראַך, ווי אויך צו שאַפֿן אַ קולטורעלע בריק צווישן זיי און די נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער פֿונעם עלטערן דור אין מאָלדאָווע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע.

הגם די „העכסטע שול‟, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1992 מיטן צענטער אין מאָסקווע, איז לכתּחילה געווען פֿאַרבונדן מיט עקאָנאָמישע שטודיעס, איז זי זיך מיט דער צײַט צעוואַקסן. הײַנט שטעלט זי מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די פֿירנדיקע נאַציאָנאַלע אוניווערסיטעטן אינעם לאַנד, וווּ ס׳קומען פֿאָר כּלערליי פֿאָרשונגען. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט דער דאָזיקער בילדונג־אַנשטאַלט דורכגעפֿירט אַ ריי עקספּעדיציעס אין דאַגעסטאַן, מאָרדאָוויע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון דער פֿיל־שפּראַכיקער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, כּדי צו באַקענען זיך מיט די אָרטיקע לשונות. די ייִדישע זומער־עקספּעדיציע איז געפֿאָרן קיין מאָלדאָווע. נישט לאַנג צוריק האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ טשיקאַוון באַריכט וועגן דער נסיעה.

דער נײַער טייל פֿונעם פּראָיעקט, בראָש מיט דער יונגער פֿאָרשערין נאַטאַשאַ טישקעוויטש, וועט אָנגיין אַ גאַנץ יאָר, אין 2016. אַחוץ נײַע סעמינאַרן און אַנדערע אַקאַדעמישע אונטערנעמונגען, וועלן די באַטייליקטע שטרעבן אויפֿצובויען אַ בריק צווישן דעם יונגן און עלטערן דור, כּדי ייִדיש אין רוסלאַנד זאָל ווײַטער לעבן ווי אַ לעבעדיקע המשכדיקע שפּראַך. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער ריין־אַקאַדעמישער שטאַפּל פֿון זייער טעטיקייט האָט זיך בעצם פֿאַרענדיקט, הגם דורכן כּסדרדיקן קאָנטאַקט מיט די עלטערע רעדער, וועלן די סטודענטן פֿאַרבעסערן אייגענע שפּראַך־קענטענישן. דער עיקר, וועט מען זיך פֿאָקוסירן מער אויף נײַע בילדונג־פּראָגראַמעם און קהילה־ענינים.

די גרופּע האָפֿט צוצוציִען מער יונגע אַשכּנזישע ייִדן צו זייער טראַדיציע און שפּראַך. אינעם קומענדיקן יאָר, וועט מען שטעלן אַן אַקצענט אויף דער ייִדישער קולטור, פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿישע שטודיעס. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן צו, אַז אַ דאַנק זייער טעטיקייט, וועלן די יונגע סטודענטן קענען העלפֿן אויך אויף פּראַקטישע אופֿנים — למשל, איבערצולייענען אַן אַלטן בריוו אויף ייִדיש אָדער אויסצוגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ באַליבט ייִדיש בוך. די עלטערע לײַט וועלן אויך הנאָה האָבן, ווען די יונגע סטודענטן וועלן צו זיי קומען אָפּצושמועסן אויף זייער מאַמע־לשון.

אויף דער וועבזײַט פֿונעם אוניווערסיטעט ווערט דערקלערט, אַז ייִדיש איז גאָר אַן אינטערעסאַנט לשון, וואָס פֿאָדערט אַ מער אינטענסיוון אויפֿמערק מצד די פּראָפֿעסיאָנעלע לינגוויסטן. אין פֿאַרגלײַך מיט רוסיש און אַנדערע פֿאַרשפּרייטע וועלט־שפּראַכן, פֿאַרמאָגן אָבער נישט די ייִדישיסטן די זעלבע הויך־אַנטוויקלטע רעסורסן און אינסטרומענטן. די „העכסטע שול פֿון עקאָנאָמיע‟ האָפֿט צו שאַפֿן אַן אוניקאַלן פֿאָרש־צענטער, אויפֿן סמך פֿונעם איצטיקן געראָטענעם רעלאַטיוו־קליינעם פּראָיעקט, און אויפֿצולעבן די אַמאָליקע טראַדיציע פֿון עכט־פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־שטודיעס, וועלכע האָבן געבליט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די יונגע ייִדישיסטן באַמערקן אָבער, אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן מצבֿ אין יענער תּקופֿה, זענען די נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער אין רוסלאַנד אַ יקר־המציאה; ס׳רובֿ אינפֿאָרמאַנטן וווינען דאָך הײַנט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער.

פֿון דער סעריע: „די לעצטע בעסאַראַבער ייִדן, וואָס געדענקען מאַמע־לשון‟, געמאַכט זומער־צײַט 2015 אין קעשענעוו, בעלץ, סאָראָקע און טיראַספּאָל

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7
  • Image 8
  • Image 9
  • Image 10
  • Image 11