פֿונעם 13טן ביזן 15טן נאָוועמבער, זענען אין דער אַמהערסטער ייִדישער „ביכער־צענטראַלע‟ פֿאָרגעקומען אַ ריי אונטערנעמונגען, געווידמעט לאַדינאָ — די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון ספֿרדישע ייִדן. פֿון איר צד, האָט די אַמעריקאַנער ראַבינערטע און לאַדינאָ־אַקטיוויסטקע אלישבֿע דיאַז רעקלאַמירט דעם ביכער־צענטער אויף איר וועבזײַט „אַיכּה‟ (Ayekah.org).
פֿריִער, פֿונעם 1טן ביזן 11טן נאָוועמבער האָט איר „קאָאַליציע פֿאַר לאַדינאָ־ירושה‟ אָרגאַניזירט אַ נסיעה מיט אַ גרופּע אַמעריקאַנער איבער פֿאַרשיידענע שטעט אין שפּאַניע און ארץ־ישׂראל, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון די ספֿרדישע ייִדן: טאָלעדאָ, קאָרדאָבע, צפֿת און ירושלים. דיאַז, די גרינדערין פֿון דער „קאָאַליציע‟, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט דער נסיעה, איז געבוירן געוואָרן אין אַ קריסטלעכער משפּחה. איר טאַטע שטאַמט פֿון אַשכּנזישע און ספֿרדישע ייִדן, און איר מאַמע — פֿון געשמדטע ייִדיש־שטאַמיקע „אַנוסים‟. אין די 1980ער יאָרן האָט זי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אירע ייִדישע וואָרצלען, געוואָרן אַ רעקאָנסטרוקציאָניסטישער ראַבינערטע און נישט לאַנג צוריק געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס האָפֿט מקרבֿ צו זײַן די אָפּשטאַמלינגען פֿון די אַנוסים צו ייִדישקייט. אַ גרויסע ראָלע אינעם פּראָיעקט שפּילט לאַדינאָ — די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון די שפּאַניש־שטאַמיקע ייִדן.
אין ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ די ראַבינערטע איז געבוירן געוואָרן, איז פֿאַראַן אַ גרויסע ספֿרדישע קהילה, אוןּ אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג רעדט שפּאַניש. פֿונעם 6טן ביז 12טן דעצעמבער וועט דאָרט פֿאָרקומען אַ ספֿרדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל. די דאָזיקע אונטערנעמונג פֿאָקוסירט זיך נישט בלויז אויף לאַדינאָ, נאָר אויף אַלע נישט־אַשכּנזישע עדות, אַרײַנגערעכנט די תּימנער און עטיאָפּישע ייִדן.
פֿריִער, דעם 25סטן אָקטאָבער, האָט דיאַז דורכגעפֿירט אַן אַנדער אונטערנעמונג אין לאָס־אַנדזשלעס, וועלכע האָט זיך פֿאָקוסירט דווקא אויף דער לאַדינאָ־מוזיק. דער ספֿרדישער כאָר, אָנגעפֿירט פֿון רפֿאל אָרטאַס און דער לאָס־אַנדזשעלעסער טאַנץ־אַנסאַמבל „פּאַסיאָ פֿלאַמענקאַ‟ זענען אויפֿגעטראָטן אין דער אָרטיקער שיל „טעמפּל עמנוא־ל‟.
לויט אַלע סימנים, וואַקסט צווישן די אַמעריקאַנער ספֿרדים, אַרײַנגערעכנט די קריסטלעכע שפּאַניער, וואָס ווייסן וועגן זייערע ייִדישע וואָרצלען בלויז פֿון משפּחה־לעגענדעס, אַן אינטערעס צו זייער טראַדיציאָנעלער שפּראַך. אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, וואָס איז באַגרינדעט אויף אַ גערמאַנישער גראַמאַטיק, אָבער שיידט זיך אונטער אין אַלע אַספּעקט פֿון דײַטש, איז דער חילוק צווישן שפּאַניש אין אייראָפּע אָדער לאַטײַן־אַמעריקע און לאַדינאָ נישט אַזוי גרויס. דער עיקר־אונטערשייד באַשטייט אין געוויסע פֿאָנעטישע חילוקים, אַ רעלאַטיוו קליינער צאָל לשון־קודשדיקע ווערטער און אַנדערע עלעמענטן, וואָס אַ נישט־ייִדישער שפּאַניש־רעדער קאָן גענוג גרינג כאַפּן. דערפֿאַר, אין פּרינציפּ, וואָלט געווען אַ סך גרינגער צו שאַפֿן אַ מין אַנאַלאָג פֿון ייִדישיזם צווישן די שפּאַניש־רעדנדיקע ייִדן.
אַזוי צי אַזוי, איז מעגלעך, אַז די ווײַטערדיקע קאָאָפּעראַציע צווישן פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, וואָס שטרעבן אָפּצוהיטן און אַנטוויקלען זייערע טראַדיציאָנעלע אומגאַנג־לשונות, וועט ברענגען חידושדיקע פֿרוכטן און פֿאַרשטאַרקן אונדזער ייִדישיסטישע טעטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.