בײַ דער גאָרער וועלט איז דער באַקאַנטסטער פּאַריזער אימאַזש — אַ גרופּע מענטשן, וואָס זיצן אויף אַ טעראַסע אָדער אין אַ קאַפֿע־הויז; מע טרינקט אַ גלעזל ווײַן, מע רייכערט אַ פּאַפּיראָס און מע שמועסט געמיטלעך.
אָבער ווען מיר, די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, טראַכטן פֿון פּאַריז, שטעלן מיר זיך פֿאָר אַ באַזוך אין „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟; דעם ווײַטהאַלטער ייִדיש־קלאַס מיט ד״ר יצחק ניבאָרסקי, און אַ שמועס איבער אַ טעפּל קאַווע אין אַ קאַפֿע־הויז — אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך.
טאַקע דערפֿאַר, ווען די טעראָריסטן האָבן דורכגעפֿירט זעקס גלײַכצײַטיקע אַטענטאַטן איבער דער „שטאָט פֿון ליכט‟ דעם 13טן נאָוועמבער, איז אונדזער זאָרג נישט נאָר געווען פֿאַר די פֿראַנצויזן בכלל, נאָר אויך פֿאַרן פּאַריזער ייִדיש־ווינקל בפֿרט. אַ סימן דערפֿון האָב איך אַליין געזען, נאָך דעם ווי איך האָב געלאָזט מײַנע באַקאַנטע וויסן דורך בליצפּאָסט און „פֿייסבוק‟, אַז קיינער פֿון די חבֿרה, פֿאַרבונדן מיט דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟, איז דירעקט נישט געטראָפֿן געוואָרן. אויף „פֿייסבוק‟ האָבן מער ווי 60 מענטשן געענטפֿערט מיט אַ „לײַק‟ (דער טײַטש: „כ׳בין צופֿרידן דאָס צו הערן‟), און אַ טייל האָבן שריפֿטלעך אויסגעדריקט זייערע געפֿילן: „אַ גרויסן דאַנק פֿאַר לאָזן וויסן!‟, „גאָט צו דאַנקען!‟ אאַז״וו.
די טעראָריסטן האָבן אַטאַקירט דעם געפּאַקטן קאָנצערטזאַל „באַטאַקלאַן‟, אַ קאַפֿע־ראַיאָן, אַ פֿוסבאָל־סטאַדיאָן, און אַנדערע פּאָפּולערע ערטער פּונקט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ווען אַ סך מענטשן גייען אַרויס פֿאַרברענגען מיט זייער משפּחה און פֿרײַנד. דער „מעדעם־צענטער‟ האָט געהאַט פּלאַנירט אַ רײַכע פּראָגראַם אין ראַם פֿון זײַן הײַיאָריקער סעריע, „י. ל. פּרץ און זײַן ליטעראַרישער ירושה‟ אויף שבת, דעם 14טן נאָוועמבער. באַלד ווי מע האָט זיך דערוווּסט וועגן די אַטענטאַטן, האָט מען די פּראָגראַם אָפּגעשאַפֿן. די אונטערנעמונג וועט איצט פֿאָרקומען דעם 30סטן יאַנואַר.
„דער באַשלוס איז געקומען פֿון די פּאָליציי־אויטאָריטעטן, וואָס האָבן שבת און זונטיק געבעטן די באַפֿעלקערונג נישט אַרויסצוגיין אויף דער גאַס, און פֿון דער מלוכה־אָנפֿירונג, וואָס האָט דערקלערט אַ לאַנד־טרויער אויף דרײַ טעג,‟ האָט יצחק געזאָגט. „ממילא וואָלט אונדזער שטימונג אונדז נישט געלאָזט דורכפֿירן אונטערנעמונגען מיט געזאַנג, מוזיק און געמיטלעך פֿאַרברענגען.‟
דינסטיק, דעם 17טן, האָט דער צענטער זיך ווידער גענומען צו אַלע נאָרמאַלע אַטקיוויטעטן.
כאָטש קיין פֿיזישע וווּנדן האָבן די פּאַריזער ייִדיש־לײַט טאַקע נישט געליטן, איז דער אַטאַק אַוודאי געווען אַ גרויסער קלאַפּ. „דער אַטענטאַט האָט אויף אַלעמען אָנגעוואָרפֿן אַ שרעקלעכע שטימונג — האָט יצחק דערקלערט — בפֿרט נאָך, אַז ס׳רובֿ פֿון די געפֿאַלענע און פֿאַרוווּנדיקטע זענען מענטשן אין זייער בליִענדיקן עלטער, צווישן 20 און 50 יאָר. תּיכּף דערנאָך — פֿון זאָרג, ווײַל יעדער איינער פֿאַרשטייט, אַז עס וועלן נאָך זײַן מערערער אַזעלכע אַטענטאַטן.‟
130 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן, און 368 פֿאַרוווּנדיקט דורך די טעראָריסטן.
די אַקטריסע און ייִדיש־לערערין אַניק פּרים־מאַרגולעס וווינט טאַקע אינעם זעלבן שטאָטטייל, וווּ אַלץ האָט פּאַסירט. „איך קען גוט אַלע ערטער,‟ האָט זי געזאָגט. „מײַנע קינדער וואָלטן אויך געקאָנט זײַן דאָרטן מיט חבֿרים, און איך און מײַן מאַן אויך. מײַנע קינדער זענען אין זעלבן עלטער ווי די, וואָס זענען געזעסן אין רעסטאָראַן אָדער בײַ דער טעראַסע פֿון די קאַפֿע־הײַזער.‟
אַניק איז ספּעציעל פֿאַרזאָרגט, וואָס צוויי פֿון די טעראָריסטן אינעם „באַטאַקלאַן‟, האָבן זיך אַליין אויפֿגעריסן, טראָגנדיק אַ פּאַסיק מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל, און וואָס דעם צווייטן אינטערפֿרי האָט אַ פֿרוי זיך אויך אויפֿגעריסן. „דאָס מיינט, אַז מע האָט איצט קאַמיקאַדזעס אין פֿראַנקרײַך,‟ האָט אַניק באַמערקט.
ווי ייִדן, איז די זאָרג נאָך שאַרפֿער, האָט יצחק צוגעגעבן. „קיינער קען נישט אויסשליסן, אַז עס זאָל געגרייט ווערן אַן אָנפֿאַל פֿון גרעסערן פֿאַרנעם באַזונדער קעגן אַ ייִדישן עולם.‟
הגם די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ געפֿינט זיך אין אַ געגנט מיט אַ ממשותדיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג, זענען דאָרט קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען קיין שום אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, האָט טל חבֿר־כיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „מעדעם־צענטער‟ געזאָגט. אַניק האָט באַטאָנט, אַז מע פּרובירט מאַכן „אַן אונטערשייד צווישן טעראָריסטן און סתּם מוסולמענער‟.
„מיט 14 יאָר צוריק, אין אַן אַנדער לאָקאַל, האָט עמעצער איין מאָל אָנגעשמירט אַ האַקנקרייץ אויף דער גאַסטיר,‟ האָט יצחק געזאָגט. „דאָס זענען משמעות געווען סתּם ייִנגלעך, ליידיק־גייערס; מער איז עס קיין מאָל נישט געשען.‟
דעם מאָנטיק נאָך די אַטאַקן, איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג אינעם „מעדעם־צענטער‟ צו באַשטימען וואָס צו טאָן ווײַטער. מע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ דעקלאַראַציע אויף ייִדיש, און עס דינסטיק אויפֿגעהאָנגען אויף אַן אָרט, וווּ אַלע באַזוכער אינעם „מעדעם־צענטער‟ קאָנען עס זען. אין דער דעקלעראַציע איז געשטאַנען אַזוי:
אויף צו מאָרגנס נאָך די גרויליקע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגעטרייסלט פּאַריז און גאַנץ פֿראַנקרײַך, האָבן מיר קודם־כּל אין זינען די קרבנות און זייערע נאָענטע, וועמען מיר דריקן אויס אונדזער מיטלײַד.
ווי אַ צייכן פֿון מיטגעפֿיל און אין אײַנקלאַנג מיט די באַקומענע אָנווײַזונגען, האָבן מיר ביז הײַנט אָפּגעלייגט אַלע אונדזערע אַקטיוויטעטן.
זיי ווערן נאָרמאַל פֿאָרגעזעצט פֿון הײַנט אָן, דינסטיק דעם 17טן נאָוועמבער.
מיר בעטן אײַך אויפֿנעמען מיט פֿולער פֿאַרשטענדעניש די פֿאַרשטאַרקטע קאָנטראָל־מיטלען וואָס מיר האָבן אײַנגעפֿירט לטובֿת אַלעמען.
אין אַזאַ באַזונדערש שווערער צײַט מוזן מיר בלײַבן אי אַלע אייניק, אי אינדיווידועל אויף דער וואַך.
אויף אומטאָלעראַנץ און שׂינאה, ענטפֿערן מיר מיט קולטור און מיט לערנען.
פּונקט ווי עס שטייט אין ה. לייוויקס רירנדיק ליד, „אייביק‟ — „איך הייב זיך אויף ווידער און שפּאַן אַוועק ווײַטער‟ — האָבן אַ סך פּאַריזער, אַרײַנגערעכנט דעם ייִדיש־עולם, נישט געלאָזט, אַז דער טעראָריזם זאָל זיי פֿאַרשפּאַרן אין שטוב. „וואָס קען מען טאָן, וואָס וועט זײַן?‟ האָט אַניק געזאָגט. „מע וויינט און מע וויינט. אָבער איך וויל נישט בלײַבן פֿאַרשלאָסן אין דער היים, איך דאַרף אַרויס.‟ טאַקע דערפֿאַר איז זי די וואָך צוויי מאָל אַרויסגעגאַנגען אין טעאַטער.
דאָנערשטיק נאָך מיטאָג איז דער שמועס־וואַרשטאַט אין „מעדעם־צענטער‟ טאַקע געווען באַזונדערס פֿול, און אויף דער לעקציע „צאינה־וראינה‟ יענעם אָוונט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, זענען געקומען צוואַנציק סטודענטן — אַ רעקאָרד פֿאַר די לעקציעס, זינט זיי האָבן זיך אָנגעהויבן אין סעפּטעמבער, האָט טל געזאָגט.
„דווקא אין אַזאַ שווערן מאָמענט דערפֿילט דער ייִדיש־צענטער באַזונדערש זײַן פֿונקציע לויט זײַן פֿראַנצייזישן נאָמען, Maison de la culture yiddish — „די היים פֿון דער ייִדישער קולטור‟, האָט טל באַמערקט.
זינט די אַטאַקן, זענען פֿאָרגעקומען אַ צאָל צווישן־רעליגיעזע סאָלידאַריטעט־פֿאַרזאַמלונגען אין קלויסטערס און מעטשעטן, אָבער נישט אין די שילן, האָט אַניק געזאָגט — אַ פּנים, צוליב די שטרענגע זיכערהייט־מיטלען, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט אין אַלע שילן נאָך דער טייטלעכער שיסערײַ אינעם כּשרן שפּײַזקראָם, „היפּער־כּשר‟ אין יאַנואַר.
פֿון דעסטוועגן, פֿילט דער „מעדעם־צענטער‟ אַ באַדערפֿעניש אויפֿצוהאַלטן פּאָזיטיווע באַציִונגען מיט זייערע שכנים, מוסולמענישע בתוכם, האָט טל דערקלערט. נאָך אַפֿילו פֿאַר די אַטאַקן, האָט דער „צענטער‟ שוין אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַ פּראָגראַם וועגן די פֿאַרשידענע קולטורן און שפּראַכן אין פֿראַנקרײַך — למשל, אַראַביש, קאַביל, ראָמאַני און, אַוודאי, ייִדיש.
„דער ציל איז צו פֿאַרבעטן קולטורעלע טוערס — מחברים, קינסטלער און פֿאַרלעגער אויף עפֿנטלעכע רונדע טישן, וווּ מע וועט דיסקוטירן, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ מינאָריטעט־קולטור אין פֿראַנקרײַך,‟ האָט טל געזאָגט. „דאַכט זיך, אַז נאָך די לעצטע געשעענישן, איז דער פּראָיעקט געוואָרן נאָך וויכטיקער ווי פֿריִער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.