פֿאַר דער מלחמה האָט מײַן זיידע, דעמאָלט אַ יונגער קאָמוניסט, געוווינט אין מיטן דער ייִדישער וואַרשע אויף פּאַוויאַ־גאַס 29 — ניט ווײַט פֿונעם אָרט פֿונעם נײַעם ייִדישן מוזיי און פֿונעם גרויסן דענקמאָל אין אָנדענק דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אין דעם זיידנס צײַטן איז אויף דער פּאַוויאַ־גאַס געשטאַנען אַ גרויסע תּפֿיסה, וואָס האָט געהייסן דער „פּאַוויאַק‟. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געוואָלט אויסזוכן דעם זיידנס אַדרעס, אָבער גאָרניט געפֿונען: וואַרשע איז 90% צעשטערט געוואָרן אין דער מלחמה, און אַפֿילו ווען די גאַסן טראָגן די זעלביקע נעמען, געפֿינען זיי זיך ניט תּמיד אויף די זעלביקע ערטער. דאָרט, וווּ ס׳האָט געדאַרפֿט זײַן פּאַוויאַ 29, געפֿינט זיך הײַנט אַ פּאַרקירפּלאַץ, דאַכט זיך.
ווען איך בין דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, וואָלט איך געלאָזט אײַנלייגן אינעם בעטאָן פֿונעם פּאַרקירפּלאַץ אַ גרויסן שילד מיט גילדערנע אותיות — אויף ייִדיש, אַוודאי: „אויף דעם אָרט האָט געוווינט דער יונגער קאָמוניסט וואָלף בורקאָ‟.
קיין סך רעשטלעך פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער וואַרשע זײַנען הײַנט ניט פֿאַרבליבן, אָבער ס׳איז נאָך אַלץ דאָ אַ סך וואָס צו זען. דער נײַער „פּולין־מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ איז טאַקע אויסערגעוויינטלעך — דער בעסטער ייִדישער מוזיי, וואָס איך האָב ווען עס איז געזען, און מיט אַ סך עקספּאָנאַטן אויף ייִדיש! דער מוזיי קומט זייער נאָענט צו דעם, וואָס די גרינדער פֿון „ייִוואָ‟ וואָלטן אפֿשר אויפֿגעבויט, ווען זיי וואָלטן הײַנט געלעבט, און געהאַט הונדערט מיליאָן דאָלאַר צו דער האַנט.
ס׳איז אויך דאָ דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט‟, וואָס פֿאַרמאָגט אַ גרויסע ביבליאָטעק און אַרכיוו, אַרײַנגערעכנט דער „עונג-שבת‟־אַרכיוו, וואָס דער היסטאָריקער עמנואל רינגעלבלום האָט אָרגאַניזירט אין דער וואַרשעווער געטאָ. כּמעט אַלע זאַמלער און מיטאַרבעטער פֿונעם „עונג-שבת‟ זײַנען אומגעקומען, אַרײַנגערעכנט רינגעלבלום אַליין; אָבער דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַרכיוו האָבן זיי באַוויזן צו באַהאַלטן אין דער ערד און מ׳האָט עס נאָך דער מלחמה ווידער אויסגעגראָבן. דער „עונג־שבת‟־אַרכיוו איז אַ וויכטיקסטער קוואַל און עדות צום לעבן און טויט פֿון די וואַרשעווער ייִדן אין די מלחמה־יאָרן.
דער אינסטיטוט האָט דעם 15טן און 16טן נאָוועמבער אָרגאַניזירט, צוזאַמען מיטן פּאַריזער ייִדיש־צענטער, אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע „ייִדישיזם: מיטאָלאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס‟. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויך פֿאַרבעטן די באַטייליקטע צו באַזוכן דעם צימער, וווּ עס ווערן אָפּגעהיט די „עונג־שבת‟־מאַטעריאַלן. נאָך אַ וויזיט אינעם „פּולין‟־מוזיי, וואָס נעמט אַרײַן אַזוי פֿיל אַלטע פּאַרמעטן און ספֿרים, איז אַ חידוש געווען צו זען, ווי רעלאַטיוו נײַ עס זעען אויס די דאָזיקע געטאָ־שריפֿטן. אין דער טויזנט־יאָריקער פּויליש־ייִדישער געשיכטע זײַנען די כּתבֿים פֿונעם „עונג־שבת‟, אָנגעשריבן מיט אַ זיבעציק יאָר צוריק, כּמעט הײַנטצײַטיק.
וועגן דער קאָנפֿערענץ איז צו פֿיל צו דערציילן, און חוץ דעם, האָט פֿ׳ קאָבי ווײַצנער שוין געגעבן אַ באַריכט דערפֿון אין זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם „ידיעות פֿון וואַרשע‟.
אַ ספּעציעלן שבֿח דאַרף מען אָבער אָפּגעבן איין מענטש, וואָס האָט געהאַט די הויפּט־אַחריות צו אָרגאַניזירן די דאָזיקע קאָנפֿערענץ (מיט דער הילף פֿון אַ סך אַנדערע, פֿאַרשטייט זיך): ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟. שימאַניאַק איז מסתּמא ניט געשלאָפֿן דרײַ נעכט, אַזוי פֿאַריאָגט און פֿאַרפּאָלגט איז זי דאָרט געווען. אַחוץ דער אָרגאַניזאַטאָרישער אַרבעט האָט זי אויך געדינט ווי אַ דאָלמעטשערין און — אין איינעם מיט נאַטאַליאַ קריניצקאַ — געמאַכט אַ סימולטאַנע איבערזעצונג פֿון די ייִדישע רעפֿעראַטן. ס׳איז איר געוואָרן שווערער, ווײַל עטלעכע באַטייליקטע (למשל, איך) האָבן ניט באַוויזן בײַ צײַטנס אַרײַנצושיקן זייערע רעפֿעראַטן; האָט זי געמוזט זיי איבערזעצן אין אײַלעניש גלײַך פֿאַר דער קאָנפֿערענץ.
וועגן די פֿאַרשיידענע טעמעס אין שײַכות מיט די מיטאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישיזם וועט מען באַקומען אַלצדינג צו לייענען באַריכות אין אַ פּאָר יאָר אַרום, ווײַל די קאָנפֿערענץ־אָרגאַניזאַטאָרן פּלאַנירן אַרויסצוגעבן די רעפֿעראַטן אין אַ ספּעציעלן באַנד. עס וואָלט געווען אָנגעלייגט דאָרט צוצוגעבן אַן אַלגעמיינע באַטראַכטונג פֿון די באַגריפֿן „מיטאָס‟ און „איקאָנע‟, וואָס אַ סך פֿון אונדז האָבן אָפּערירט מיט זיי, ניט־וויסנדיק גענוי, וואָס מיר מיינען דערמיט. די אָרגאַניזאַטאָרן טראַכטן שוין וועגן אַ צווייטער בשותּפֿותדיקער קאָנפֿערענץ, דאָס מאָל אפֿשר אין פּאַריז.
אויף דעם אָרט אין אַזעלכע אַרטיקלען איז אָנגענומען צו באַקלאָגן זיך וועגן דער מערכה פֿון ייִדיש אויף די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און אויסצודריקן דעם וווּנטש, אַז מע זאָל אויף זיי רעדן מער ייִדיש. אָבער מע האָט אין וואַרשע טאַקע גערעדט אַ סך ייִדיש: אַ דריטל פֿון די רעפֿעראַטן האָט מען געלייענט אויף מאַמע־לשון. עס וואָלט געווען נאָך מער, אָבער מע האָט געבעטן עטלעכע רעפֿערענטן דווקא צו רעדן אויף ענגליש, כּדי צו פֿאַרגרינגערן די אַרבעט פֿון די פֿאַרהאָרעוועטע איבערזעצערינס. עטלעכע מאָל, ווען עמעצנס ענגליש האָט מיר געגרילצט אין די אויערן, האָב איך געמיינט, אַז אפֿשר וואָלט עס געקלונגען בעסער אויף ייִדיש… אָבער דערבײַ דאַרף איך זיך מודה זײַן, אַז די אַלע רעפֿערענטן האָבן געקענט אַ סך בעסער ענגליש ווי איך קען פּויליש. דער זיידע, געדענקט זיך, פֿלעגט דערציילן, אַז אַפֿילו פֿאַר דער מלחמה האָט דער יונגער דור וואַרשעווער ייִדן גערעדט מער פּויליש ווי ייִדיש. האָבן מיר באמת מזל, וואָס מיר האָבן הײַנט אין וואַרשע אַזעלכע טוערס ווי קאַראָלינאַ שימאַניאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.