ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 23, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נײַער דענקמאָל אױפֿן אָרט פֿון אַמאָליקער שעפּערטאָנער שיל

אַ 200 מענטשן זײַנען בײַגעװען אין דער שטאָט שעפּערטאָן, שטאַט װיקטאָריע, בעת מע האָט אַנטהילט דעם פּלאַקאַט אױפֿן נײַעם דענקמאָל אױפֿן אָרט, װוּ עס איז אַמאָל געשטאַנען די שעפּערטאָנער שיל (1966-1913). די אָריגינעלע געבײַדע איז געשטאַנען ביז די 1980ער יאָרן. דער לאָקאַלער מוזעום זאָגט, אַז ער װעט צוגרײטן אַ נײַע אױסשטעלונג, װאָס װעט זיך עפֿענען איבעראַיאָר װעגן דער געשיכטע פֿון די ייִדישע פֿרוכט־פֿאַרמערס, װעלכע האָבן זיך באַזעצט אין שעפּערטאָן, ביז נאָר אײן ייִד איז געבליבן דאָרטן אין 1966.

אַ נײַער דענקמאָל אַנטהילט אין אַ מעלבורנער פֿאָרשטאָט

„װײדזשעקס‟, דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדן, װעלכע האָבן געדינט אינעם אױסטראַלישן מיליטער, האָט אַנטהילט אַ נײַעם דענקמאָל נאָך די ייִדן, װעלכע האָבן געדינט אינעם אױסטראַלישן מיליטער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער דענקמאָל געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ריפּאָנלי, װוּ עס װױנען פֿיל ייִדן. דער אָריגינעלער דענקמאָל נאָך די ייִדישע סאָלדאַטן שטײט נאָך אױפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין דער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן, װוּ עס װױנען װײניק ייִדן הײַנט־צו־טאָג.

דער סוף פֿון אַ קאַפּיטל ספּאָרט־געשיכטע

דער ייִדישער געשעפֿטסמאַן פֿרענק לאָװי האָט פֿאַרלאָזט דעם פּאָסטן װי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿוסבאַל־(סאָקער) פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע נאָך 12 יאָר. ער איז געקומען קײן אױסטראַליע װי אַ פּליט נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה און האָט זיך אַרױפֿגעאַרבעט. הײַנט־צו־טאָג איז ער אײנער פֿון די גרעסטע גבֿירים אין לאַנד.

דער פּױלישער שליח װיל דערמוטיקן באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן

אַנדרײ פֿאָלװאַטשני איז דער גרינדער און גלײַכצײַטיק דער פּרעזידענט פֿון דער גרופּע „פֿאָרום פֿאַר דיאַלאָג‟, װאָס װיל דערמוטיקן שעפֿערישע, ערלעכע צוזאַמענאַרבעט פֿון ייִדן און פּאָליאַקן 70 יאָר נאָכן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

די גרופּע ברענגט אױסלענדישע ייִדן קײן פּױלן, װוּ זײ אַרבעטן מיט מיט מיטלשול־תּלמידים און אַנדערע, כּדי ייִדן זאָלן זיך באַקענען מיט פּאָליאַקן, און אַז פּאָליאַקן זאָלן זיך באַקענען מיט ייִדן, כּדי בײדע פֿעלקער זאָלן בעסער פֿאַרשטײן זײערע אַמאָליקע שכנים און אױך זיך אַלײן. זײַענדיק אין אױסטראַליע, װעט פֿאָלװאַטשני מיטאַרבעטן מיט דער אױסטראַלישער געזעלשאַפֿט פֿון פּױלישע ייִדן און זײער נאָכװוּקס, און אױך מיטן ראַט פֿון קריסטן און ייִדן.