דזשודעזמאָ אין דער שפּאַנישער אַקאַדעמיע

Ladino Accepted Into Spanish Royal Academy

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.
אַ נומער פֿון דער גריכישער צײַטונג אויף דזשודעזמאָ „אקסייון‟ (אַקציע) פֿון 1938
אַ נומער פֿון דער גריכישער צײַטונג אויף דזשודעזמאָ „אקסייון‟ (אַקציע) פֿון 1938

די מלוכישע אַקאַדעמיע פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך „לאַ רעאַל־אַקאַדעמיאַ עספּאַניאָלאַ‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי וועט אַרײַננעמען 8 עקספּערטן פֿון דזשודעזמאָ און אויפֿשטעלן פֿאַר זיי אַ ספּעציעלע פֿאָרש־סעקציע. די אַקאַדעמיע, וואָס פֿאָרשט אויס די שפּאַנישע שפּראַך אונטער דער השגחה פֿונעם שפּאַנישן קעניג פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן פּרעסטיזש ניט בלויז צווישן שרײַבער און געלערנטע, נאָר אויך צווישן די שפּאַניש־רעדנדיקע מאַסן. די יערלעכע וואַלן צו באַשטימען די מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמיעס הויפּט־ראָט ווערן שטענדיק ברייט אַרומגערעדט אין דער שפּאַנישער פּרעסע; דערפֿאַר איז עס ניט קיין חידוש, וואָס מע האָט די ידיעה וועגן דזשודעזמאָ אויך פֿיל באַשריבן אין די שפּאַנישע צײַטונגען.

אין אַן אינטערוויו מיט דער שפּאַנישער צײַטונג „על מונדאָ‟ האָט דאַריאָ ווילאַנועוואַ, דער דירעקטאָר פֿון דער „רעאַל־אַקאַדעמיאַ‟ דערקלערט, אַז ער האַלט, אַז ס׳איז גאַנץ וויכטיק, מע זאָל אַרײַננעמען זשודעזמאָ אין דער אַקאַדעמיע. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז „די 8 מומחים, וואָס מיר האָבן אויסגעקליבן, זענען ווײַט ניט געווען קיין צופֿעליקע. מיר האָבן געפֿאָרשט העכער דרײַ יאָר אין די ספֿרדישע קהילות איבער דער וועלט, כּדי אויסצוגעפֿינען די גרעסטע עקספּערטן פֿון דער דאָזיקער שפּראַך‟.

ווילאַנועוואַ האָט ווײַטער דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט „על מונדאָ‟, אַז זשודעזמאָ איז וויכטיק פֿאַר דער אַקאַדעמיע ניט בלויז צוליב איר קולטורעלער געשיכטע, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס זי לערנט וועגן דער לינגוויסטישער געשיכטע פֿון שפּאַניש. די שפּראַך היט אָפּ געוויסע אַלטע קלאַנגען פֿון שפּאַניש, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער שפּאַנישער שפּראַך גופֿא אינעם 16טן יאָרהונדערט.

לויט אַ באַריכט פֿון „ראַדיאָ חי‟ אין אַרגענטינע זענען די 8 עקספּערטן פֿון דזשודעזמאָ, וואָס מע האָט זי דערוויילט צום נײַעם ראָט: אַלדינאַ קווינטאַנאַ (ישׂראל), דוד מאָנסאָן בוניס (ישׂראל), אליעזר גוטווערט (ישׂראל), משה אָרפֿלי, אורה שוואַרצוואַלד (ישׂראל), לאַוראַ מינערוויני (די שווײץ), בעאַטריס שמיד (די שווײץ) און יעקבֿ לויִס בענטאָלילאַ (ישׂראל).

דער איצטיקער כּבֿוד פֿאַר זשודעזמאָ איז ניט קיין ערשטער; די שפּאַנישע רעגירונג האָט באַערט די שפּראַך פֿון די ספֿרדישע ייִדן אין 1990, ווען די עדה האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון דער רעגירונג, וואָס האָט אָנערקענט, אַז זיי האָבן אַזוי לאַנג אָנגעהאַלטן זייער שפּראַך. מע האָט דעמאָלט פּראָקלאַמירט דזשודעזמאָ ווי אַ טייל פֿון דער שפּאַנישער קולטורעלער ירושה און אָנגעהויבן צו לערנען וועגן איר געשיכטע אין די שפּאַנישע עפֿנטלעכע שולן.