פֿיר חדשים נאָך דעם, וואָס איר ייִנגערע שוועסטער, פֿייגי מאיר איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿון אַ פּאָפּולערן דאַך־באַר אין מאַנהאַטן און זיך דערהרגעט, איז שׂרה מאיר אויך באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. איר קערפּער, הענגנדיק אויף אַ שטריק אינעם הויז פֿון אירע עלטערן אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, איז געפֿונען געוואָרן זונטיק, אַרום 3:30 נאָכמיטאָג. לויט פֿאַרשידענע קוואַלן האָט שׂרה מאיר געליטן לאַנגע יאָרן פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען. מע האָט זי בלויז פֿאַראַכטאָגן אַרויסגעלאָזט פֿון אַ שפּיטאָל פֿאַר פּסיכיש־קראַנקע, וווּ מע האָט זי געהאַלטן צוויי יאָר. זי האָט די וואָך געדאַרפֿט זיך אַרײַנציִען אין אַ גרופּע־היים פֿאַר מענטשן, וואָס לײַדן פֿון פּסיכישע פּראָבלעמען.
לויטן אַ באַריכט אינעם „ניו־יאָרק פּאָסט‟ האָט זי איבערגעלאָזט אַ געזעגענונגס־בריוו, אין וועלכן זי האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר איר טריט און געבעטן מחילה.
אַ קוואַל פֿון דער משפּחה האָט געזאָגט דער צײַטונג, אַז שׂרה האָט געליטן פֿון אַ נערוון־צוזאַמענבראָך, נאָך דעם ווי מע האָט מיט פֿינף יאָר צוריק זי געצוווּנגען חתונה צו האָבן מיט איר ערשטן קוזין, דעם זון פֿון איר מאַמעס שוועסטער.
„זינט דער חתונה, האָט מען זי געשיקט אין אַ צאָל שפּיטאָלן פֿאַר די גײַסטיק קראַנקע,‟ האָט ער געזאָגט.
איר ייִנגערע שוועסטער, פֿייגי, האָט פֿאַרלאָזט איר בעלזער חסידישע קהילה מיט 5 יאָר צוריק און איז געוואָרן אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט צווישן די געוועזענע חסידים אין ניו־יאָרק. זי האָט גלײַך פֿאַר איר טויט אָנגעשריבן אַן עסיי, אין וועלכן זי פֿאַרדאַמט די חסידישע וועלט און דערקלערט, פֿאַר וואָס זי האָט געהאַלטן, אַז איר חסידישע קינדהייט האָט פֿאַר איר געשאַפֿן צרות. אַזוי ווי איר עלטערע שוועסטער שׂרה האָט פֿייגי אויך געליטן פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען און איז אַ פּאָר מאָל שפּיטאָליזירט געוואָרן. איר דראַמאַטישער טויט אינעם „פֿלאַט־אײַראָן‟־קוואַרטאַל פֿון מאַנהעטן איז געוואָרן אַ סענסאַציע אין דער פּרעסע און האָט צוגעצויגן אַ סך אינטערעס בײַ די ניו־יאָריקער תּשבֿים צו די פּראָבלעמען פֿון די געוועזענע חסידים. אַ סך מענטשן, סײַ חסידים און סײַ געוועזענע חסידים, האָבן דעמאָלט קריטירט דעם סענסאַציאָנעלן טאָן פֿון די אַרטיקלען וועגן פֿייגיס טויט.
ס׳איז ליידער קלאָר, אַז די איצטיקע טראַגעדיע וועט בלויז דערפֿירן צו נאָך מער עקלדיקע אַרטיקלען אין דער ביליקער ניו־יאָריקער פּרעסע. דאָס וועט, פֿאַרשטייט זיך, קיינעם ניט העלפֿן, בפֿרט ניט די פֿאַראָבֿלטע משפּחה און זייער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.