„ווי קענען מיר העלפֿן אונדזערע אייגענע?‟

“How Can We Help One of Our Own?”

אַרי מאַנדעל  און פֿייגי מאיר אויפֿן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין „שלום־עליכם צענטער‟ אין בראָנקס, נ״י, דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער
Courtesy of Ari Mandel
אַרי מאַנדעל און פֿייגי מאיר אויפֿן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין „שלום־עליכם צענטער‟ אין בראָנקס, נ״י, דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 26, 2015, issue of August 21, 2015.

דער טראַגישער טויט פֿון פֿייגי מאיר דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט אַרויסגערופֿן הייסע דיסקוסיעס בײַ אירע פֿרײַנד און באַקאַנטע, ווי אויך בײַ מענטשן, וואָס האָבן זי געקענט בלויז דורך „פֿייסבוק‟.

פֿייגי, אַ געוועזענע חסידה און די גרינדערין פֿון Appton, אַ סטאַרטאַפּ־פֿירמע, וואָס האָט אויסגעטראַכט נײַע אַפּס פֿאַר מאָבילקעס, האָט דעם 21סטן יולי, עפֿנטלעך זיך גענומען דאָס לעבן דורכן אַראָפּשפּרינגען פֿון אַ פּאָפּולערן באַר, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן דאַך פֿון אַ 20־שטאָקיקן בנין אין מאַנהעטן.

אַ דערצויגענע בײַ אַ בעלזער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, האָט פֿייגי פֿאַרלאָזט די קהילה אין 2010. הגם זי האָט אַ סך אויפֿגעטאָן זינט דעמאָלט — געקראָגן אַ קאָלעדזש־בילדונג, און אַרויסגעוויזן אַ ספּעציעלן טאַלאַנט בײַם אַנטוויקלען קאָמפּיוטער־פּראָגראַמוואַרג — האָט זי זיך אָבער אויך געראַנגלט מיט ערנסטער דעפּרעסיע און גײַסטיקער קראַנקייט.

„מיר האָבן געוווּסט, אַז זי איז שוין עטלעכע מאָל געווען אין שפּיטאָל, ס׳איז נישט געווען קיין סוד,‟ האָט דערקלערט שלום דין, אַ געוועזענער סקווערער חסיד און דער מחבר פֿונעם בוך זכרונות, All Who Go Do Not Return. יעדעס מאָל ווען זי איז געווען אין שפּיטאָל, האָט מען פֿאַרשפּרייט די ידיעה דורך פֿייסבוק און דורך אַ פּריוואַטער „גוגל‟־גרופּע אונטערן אויפֿזיכט פֿון „פֿוטסטעפּס‟ (די אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די מענטשן וואָס זענען אַוועק אָדער ווילן אַוועק פֿון דער חרדישער וועלט); מע האָט אויך אָנגעגעבן דעם אַדרעס פֿון איר שפּיטאָל, פֿאַר די וואָס ווילן זי גיין באַזוכן.

אַרי מאַנדעל, אַ באַקאַנטער OTD־בלאָגער (OTD מיינט off the derech, אָדער „מער נישט חרדיש‟) און פֿייגיס אַ פֿרײַנד, האָט אָבער געזאָגט, אַז זי אַליין האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דעם. „זי האָט תּמיד געקלונגען אָפּטימיסטיש,‟ האָט ער באַמערקט.

פֿייגי האָט געהאַט אַ סך אינטערעסן און האָט אָפֿט געשטעלט בילדער און באַמערקונגען וועגן אירע איבערלעבונגען אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט. זי האָט זיך אויך לעצטנס פֿאַראינטערעסירט אין דער סעקולערער ייִדיש־וועלט און דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער איז זי געקומען אויפֿן דריטן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אינעם „שלום־עליכם צענטער‟ אין בראָנקס, וווּ זי און עטלעכע אַנדערע האָבן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט מיט אַ שילד, „רעדט ייִדיש‟.

„אַלץ האָט איר אויסגעזען ווי נײַ, און ס׳איז געווען קלאָר, אַז זי איז נישט געווען צוגעוווינט צו אַזאַ אַטמאָספֿער,‟ האָט באַמערקט אַרעלע ווישוואַנאַט, אַ „יוגנטרוף‟־אַקטיוויסט, וועלכער האָט זיך באַקענט מיט איר אויפֿן פֿעסטיוואַל. עטלעכע מענטשן האָבן שפּעטער געזאָגט, אַז זי האָט געשטעלט פֿראַגעס, וואָס זענען געווען „אַ ביסל מאָדנע‟. דוד בראַון, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם צענטער, האָט דערציילט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין געלט צו באַצאָלן דעם אַרײַנטריט, אָבער זי האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז איר פֿירמע וועט באַצאָלן דערפֿאַר, און האָט אים געגעבן דעם אַדרעס פֿון דער פֿירמע.

„כ׳האָב געזאָגט, אַז איך וועל מאָנען בײַ זיי,‟ האָט דוד געזאָגט. „פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב ניט געשריבן און ניט געמאָנט.‟