בלויז אַ צוויי חדשים נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט אַ חבֿרה קיבוצניקעס, וואָס האָט נאָר וואָס זיך אומגעקערט פֿונעם שלאַכטפֿעלד, זיך צונויפֿגעקומען, כּדי צו געבן אינטערוויוען וועגן זייערע איבערלעבונגען. צוויי יאָר שפּעטער, איז אַרויס דאָס בוך „שׂיח לוחמים: פּרקי הקשבֿה והתבוננות‟ (קעמפֿער דערציילן: פּרקים פֿון אײַנהערן זיך און אַרײַנקלערן זיך), וואָס איז לכתּחילה צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿאַר די אינערלעכע קיבוץ־קרײַזן.
דער ציל פֿונעם בוך איז געווען אויסצודריקן כּל־מיני געפֿילן נאָך דער מלחמה און איר פּרײַז, אַנדערש ווי דער אָנגייענדיקער „נאַציאָנאַלער נצחון־פֿעסטיוואַל‟, וואָס איגנאָרירט בטבֿע די נעגאַטיווע אַספּעקטן. מע קען דעם „פֿעסטיוואַל‟, למשל, באַמערקן אינעם טיטל פֿונעם בוך „דער זעקס־טאָגיקער וווּנדער־קריג‟ פֿון יהודה־לייב לוין. אין 1970 איז „שׂיח לוחמים‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויך אויף ייִדיש מיטן טיטל „קעמפֿער דערציילן: שמועסן נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה‟. יהודה גור־אַריה שרײַבט אין דער הקדמה:
„פֿאַרן ייִדישן לייענער איז די איבערזעצונג אַ ספּעציעלע געלעגנהייט זיך צו באַקענען גאַנץ נאָענט און אינטים מיטן אויסדרוק-אופֿן און געדאַנקען-שטייגער פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם ׳סאַברע׳, פֿון דעם דור וואָס איז געבוירן אין ישׂראל און וואָס זעט אויס גאַנץ אַנדערש פֿון דעם סאָרט ייִדן, וואָס מ’איז געוווינט געווען צו זען אין גלות. […] די מלחמה איז געווען אַ קורצע. דער זיג — אַ קאָלאָסאַלער. אָבער די זיגער — זיי זענען אומעטיק…‟
גור־אַריה דריקט דאָ אויס דעם פֿאַרשפּרייטן אימאַזש פֿון די לינק־געשטימטע ישׂראל־סאָלדאַטן, וועלכע „שיסן און וויינען‟ — אַן אימאַזש, וואָס איז אויך באַנוצט געוואָרן אין דער ישׂראל־פּראָפּאַגאַנדע ווי אַ באַווײַז פֿאַר דער הויכער מאָראַלישער מדרגה פֿון דער ישׂראל־אַרמיי. אין יעדן פֿאַל, אַ 40 יאָר נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דאָס בוך, איז געקומען די דאָקומענטאַר־רעזשיסאָרין מתמידה מור לושי, און גענומען אַרבעטן מיט די צונויפֿשטעלערס פֿון יענעם בוך, אַבֿרהם שפּירא און עמוס עוז, איבער אַ פֿילם, וואָס וועט אַנטפּלעקן די צענזורירטע רעקאָרדירונגען.
די ישׂראל־אַרמיי האָט צענזורירט 70% פֿון די רעקאָרדירונגען — נישט וועלנדיק, אַפּנים, באַפֿלעקן דעם אימאַזש פֿון „דער מאָראַליסטישער אַרמיי אויף דער וועלט‟ מיט געשיכטעס וועגן געפֿאַנגענע עגיפּטער, מערדערײַען, פֿאַרשיקונגען, און אָקופּאַציע פֿון אַ ציווילער באַפֿעלקערונג. לעצטנס, איז לושיס פֿילם „צענזורירטע קולות‟ (Censored Voices) געוויזן געוואָרן אינעם יערלעכן Other Israel פֿילם־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז אויך בײַגעווען.
איז, וואָס האָבן די אינטערוויויִרטע, למשל, געהאַט צו זאָגן וועגן דער אַלטער שטאָט ירושלים, די סאַמע ברענענדיקע טעמע די טעג?
איינער אַ סאָלדאַט זאָגט עדות, אַז „אַ סך זאַכן האָט מען געזאָגט אין די צײַטונגען וועגן די פּאַראַשוטיסטן, וואָס האָבן געוויינט בײַם כּותל־המערבֿי. נו, ס’איז מיר נישט אַזוי אײַנגענעם צו צעשטערן אַ מיטאָס, אָבער ס’איז נישט געווען אַזוי שאָקירנדיק, ווי מע האָט געשריבן אין דער פּרעסע.‟ און אַן אַנדערער גיט צו: „גלייב מיר, אַז נאָר אויפֿן דריטן טאָג, ווען מע איז צוגעקומען צו דער אַלטער שטאָט, האָב איך זיך דערמאָנט אין דער עקזיסטענץ פֿון דער אַלטער שטאָט. ביז דעמאָלט, איז זי מיר אַרויס פֿונעם קאָפּ. פֿאַרגעסן געוואָרן. נאָר ווען מיר זענען אָנגעקומען אין הר־הבית האָב איך זיך דערמאָנט, אַז ס’איז דאָ דער כּותל־המערבֿי.‟
נאָך סאָלדאַטן זאָגן: „איך האָב זיך אינגאַנצן נישט איבערגענומען‟. „אַ הויכע וואַנט‟ — גיט עמעצער צו און באַמערקט: „און די מענטשן, וועלכע זענען לעבן דער וואַנט געשטאַנען און געוויינט, האָבן מיר אויסגעזען מיאוס.‟ פֿאַר אָט די עדותן ווײַזט לושי אַ נישט־צענזורירטן ווידעאָ, וווּ אַ סאָלדאַט דערציילט, ווי אומבאַשרײַבלעך שווער איז ביז איצט געווען דאָס געפֿיל „צו זײַן אַ ייִד און נישט צו האָבן די אַלטע שטאָט אין אונדזערע הענט‟.
אין ניו־יאָרק, נאָכן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס, האָט לושי פֿאַרסך-הכּלט אירע געפֿילן לגבי דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל: „דער מוסר־השׂכּל פֿונעם פֿילם איז פֿאַר מיר, אַז איך זוך אַן אַנדער צוקונפֿט. איך באַשליס צו האָדעווען מײַן משפּחה אין ישׂראל, איך באַשליס צו וווינען אין ישׂראל, און איך שטרעב באמת צו זען אַן אַנדער רעאַליטעט. אַ רעאַליטעט, וואָס וועט מאַכן אַ סוף צו דעם בלוטיקן קרײַז. און איך מיין, ס’איז הײַנט אַ מוז צו קריטיקירן און צו זײַן פּאָליטיש געשטימט.‟
דער פֿילם „צענזורירטע קולות‟ ווײַזט וויכטיקע היסטאָרישע דאָקומענטן צום ערשטן מאָל. דער דאָקומענטאַר־זשאַנער, אין די הענט פֿון אַזעלכע טאַלאַנטן ווי לושי, פּאָפּולאַריזירט אָט די פֿאַרשוויגענע קולות, און דאָס איז אַ גוטע זאַך. אמת, ער נעמט נישט אַרײַן הײַנטצײַטיקע לינקע קריטיק פֿון די קיבוצים, און ער שאַפֿט די אילוזיע, אַז אַלץ איז כּלומרשט געבליבן אין 1967.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.