ווילנע, באַקאַנט ווי די „ירושלים ד׳ליטא‟ צוליב איר ייִחוס ווי אַ צענטער פֿון תּורה־לערנען, טראָגט אויך בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַ באַזונדערן שם.
דאָרט איז געגרינדעט געוואָרן דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט (ייִוואָ), און דאָרט זענען געבוירן און דערצויגן געוואָרן צוויי ריזן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — חיים גראַדע און אַבֿרהם סוצקעווער.
דער דערציילונג־שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, כאָטש ווייניקער באַקאַנט ווי גראַדע און סוצקעווער, האָט אויך געשילדערט די שטאָט צווישן ביידע וועלט־מלחמות אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן, אָבער ביז איצט האָט מען בלויז איבערגעזעצט זײַנע ווערק אויף העברעיִש, פּויליש, רוסיש און דײַטש. איצט איז זײַן בוך דערציילונגען, „ווילנע, מײַן ווילנע‟, איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש פֿון העלען מינץ, און דערבײַ וועלן די ענגליש־רעדנדיקע לייענער אויך האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט זײַנע ווערק.
אין „ווילנע, מײַן ווילנע‟ באַשרײַבט קאַרפּינאָוויטש, מיט פּרטימדיקער אינטימקייט, די אָרעמע מענער און פֿרויען, וואָס האָבן קוים פֿאַרדינט, ווי, למשל, די פֿישערווײַבער, שיסטער, שערער, און אויך די גנבֿים און פּראָסטיטוטקעס. ער דערמאָנט די נעמען פֿון די גאַסן, געשעפֿטן, ביבליאָטעקן, און באַניצט זיך מיטן דעמאָלטדיקן פֿאַרביקן לשון פֿון די ווילנער אָרעמע לײַט און פֿון דער אונטערוועלט.
די זאַמלונג נעמט אויך אַרײַן צוויי דערציילונגען, וואָס שילדערן קאַרפּינאָוויטשעס אייגענע קינדער־יאָרן, אין וועלכן ער איז שטאַרק באַווירקט געוואָרן פֿונעם „ווילנער ייִדישן פֿאָלקסטעאַטער‟, אָנגעפֿירט פֿון זײַן טאַטן. אַבֿרהמס שוועסטער, רבֿקה און דבֿורה, זענען אויך געווען אַקטריסעס. נאָך דער מלחמה איז זײַן ברודער, מלך, געוואָרן אַ מיט־רעדאַקטאָר פֿון „די גאָלדענע קייט‟, צוזאַמען מיט סוצקעווערן, און דאָרט האָט מען טאַקע אָפּגעדרוקט אַ צאָל פֿון אַבֿרהמס דערציילונגען.
קאַרפּינאָוויטש האָט איבערגעלעבט די מלחמה אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און נאָך דער מלחמה זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.
Vilna My Vilna: Stories by Abraham Karpinowitz
Translated by Helen Mintz
Syracuse University Press
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.