נישט לאַנג צוריק האָט מען אַנטדעקט, אַז נתניהו איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין איראַן. איך מיין ערנסט. ווען בנציון מילייקאָווסקי, דער טאַטע פֿון בנימין נתניהו, האָט זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, האָט ער באַשלאָסן צו בײַטן זײַן פּוילישן פֿאַמיליע־נאָמען אויף עפּעס, וואָס קלינגט נישט אַזוי „גלותדיק‟.
דער נבֿיא ירמיהו באַקלאָגט זיך, אַז איינער אַ ייִד מיטן נאָמען ישמעאל בן נתניהו האָט דערהרגעט גדליה בן אַחיקם, דעם בבֿלישן גובערנאַטאָר פֿון ארץ־יהודה. אַן אַנדער ייִד מיט אַזאַ נאָמען ווערט דערמאָנט אינעם תּנ״כישן ספֿר דבֿרי־הימים. קיין פּרטים וועגן אים ווייסן מיר אָבער נישט. ס׳זעט אויס, אַז מילייקאָווסקי האָט אויסגעקליבן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען על־פּי צופֿאַל, אַבי עס זאָלן האָבן אַ כּמו־תּנ״כישן טעם.
אַזוי צי אַזוי, איז מיט אַ יאָר צוריק אַרויס דאָס גאָר אינטערעסאַנטע בוך פֿון לאָרי פּירס און קאָרנעליאַ וווּנש, צוויי פֿאָרשערינס פֿון דער אוראַלטער אַסיריע, וווּ עס ווערן צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט און באַשריבן די ליימענע דאָקומענטן, וואָס האָט צו טאָן מיט די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין בבֿל פֿון 572 ביז 477 יאָר פֿאַר דער קריסטלעכער צײַטרעכענונג. דאָס בוך, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג CDL Press, איז אָפּגעדרוקט אויף שיין גלאַנצדיק פּאַפּיר, באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דאָקומענטן, פּרטימדיקע קאָמענטאַרן און דעם אַנאַליז פֿון אוראַלטע ייִדישע נעמען.
דעם 18טן טאָג אינעם חודש טבֿת, אינעם צווייטן יאָר זינט דער פּערסישער מלך כּמבישה (Cambyses) איז אַרויף אויפֿן טראָן נאָכן טויט פֿון זײַן באַרימטן טאַטן, כּורש, האָט נתניהו בן אַרזיאַ עדות געזאָגט, צוזאַמען מיט מילכּאַ בן שלמה, אַז צוויי אַנדערע אָרטיקע ייִדן האָבן פֿרײַוויליק פֿאַרקויפֿט אַ דריטן ייִד אַן אָקס פֿאַר 18 שקל. דער אַקאַדישער נאָטאַריוס האָט אויסגעקריצט די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿאַרקויף אויף אַ טאַבעלע, כּדי קיינער זאָל נישט אָנהייבן אַ מישפּט צוליב דער פֿאַרקויפֿטער בהמה. אין מײַן אַרטיקל, פּרוּוו איך צו אַדאַפּטירן די נעמען, לכתּחילה פֿאַרשריבן מיט דער אַקאַדישער פֿלעקלשריפֿט.
אַן אַנדער ייִד, בניהו בן נתניהו, האָט געלעבט נאָך פֿאַרן גלות־בבֿל. זײַן אָפּשטאַמלינג, וועלכער האָט געלעבט אין פּערסיע אונטער דער מאַכט פֿונעם מלך דריווש, דערמאָנט אים צווישן זײַנע אָבות. איצט גרייטן פּירס און וווּנש צום דרוק אין דרעזדען אַן אַנדער באַנד, וווּ עס וועט דערמאָנט ווערן נאָך איין תּושבֿ פֿון דער אַמאָליקער פּערסישער אימפּעריע, נתניהו בן חגאי.
אין פֿעברואַר, זענען די נישט לאַנג צוריק אַנטדעקטע טאַבעלעס אויסגעשטעלט געוואָרן אינעם ירושלימער „מוזיי פֿון תּנ״כישע לענדער‟. אין אַ צאָל פּרעסע־קוואַלן האָט זיך דעמאָלט באַוויזן די סענסאַנציאָנעלע ידיעה וועגן דעם דערמאָנטן אַנאַכראָניסטישן נאָמען. אַדרבה, אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז צווישן די ציוניסטן אויפֿגעקומען אַ מאָדע אויף זעלטענע פֿאַרגעסענע תּנ״כישע נעמען. להיפּוך, ווען דער מלך כּורש האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿונעם גלות־בֿבל און געגעבן זיי אַ רשות זיך אומצוקערן קיין ירושלים, זענען אַ סך פֿון זיי געבליבן ווײַטער לעבן אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַק אָדער זיך געלאָזט קיין איראַן. פּונקט דעמאָלט איז נתניהו געווען אַ היימישער ייִדישלעכער נאָמען.
אַחוץ די פּובליקטע 103 דאָקומענטן, וועלן אינעם קומענדיקן באַנד פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן נאָך אַרום 100 אוראַלטע טאַבעלעס. אַ דאַנק דעם דאָזיקן אוצר און אַ צאָל אַנדערע פֿלעקלשריפֿט־טעקסטן, קאָנען מיר הײַנט גענוג גוט זיך פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט אין נבֿוכדנצרס בבֿל און כּורשס פּערסיע. די דאָקומענטן דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשיכטע פֿון קאָנקרעטע ייִדישע משפּחות ביז 4 דורות. צווישן די הונדערטער נעמען טרעפֿן זיך סײַ אַזעלכע באַקאַנטע, ווי גדליה, חנניה, ישעיה, נחמיה, יהושע, ירמיה, זכריה, יונתן און טובֿיה, ווי אויך אַ סך פֿריִער אומבאַקאַנטע. אַ טייל פֿון זיי זענען קלאָר אַסאָציִיִרט מיט די מעסאָפּאָטאַמישע געטער — ווײַזט אויס, אַ סימן פֿון טיפֿער אַסימילאַציע אין דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט. אַ סך פֿאָרשער גלייבן אָבער, אַז די נעמען פֿון מרדכי און אסתּר שטאַמען פֿון אַזעלכע שרשים, דערפֿאַר איז עס לאַוו־דווקא אַ גרויסער חידוש.
געוויסע משפּחות אין בבֿל זענען געווען פֿאַרבונדן מיט מצרים. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונגען מיט די עלעפֿאַנטינער פּאַפּירוסן — אַן אַנדער גאָר וויכטיקער אוצר פֿון ייִדישע דאָקומענטן, אָנגעשריבן אינעם 5טן יאָרהונדערט פֿאַר דער קריסטלעכער צײַטרעכענונג — וועלן דערמעגלעכן בעסער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די ייִדישע קהילות אין פֿאַרשיידענע לענדער האָבן געווירקט איינע אויף דער צווייטער מיט 2500 יאָר צוריק.
הגם נבֿוכדנצר האָט שטאַרק קאָנטראָלירט די פֿאַרטריבענע ייִדן, האָט ער זיי געלאָזט צו אַנטוויקלען אייגענע קהילות אין בבֿל. ווען כּורש האָט איבערגענומען דאָס לאַנד, זענען דאָרטן שוין געווען ייִדישע שטעטלעך, וועלכע האָבן זיך שפּעטער אַנטוויקלט ווײַטער. איין אָרט, וואָס פֿיגורירט כּסדר אין די טאַבעלעס, הייסט אַל־יאַהודו — „דאָס ייִדישע שטעטל‟. ווען בבֿל איז געוואָרן דער וועלט־צענטער פֿון ייִדישקייט נאָכן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש, האָט דאָרטן שוין לאַנג געבליט אַ ייִדיש לעבן.
ביידע פֿאָרשערינס האָבן באַמערקט אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז אויף די טאַבעלעס ווערן נישט דערמאָנט קיין רעליגיעזע ענינים. די אוראַלטע בבֿלישע און פּערסישע קאַנצעלאַריע האָבן זיך אינטערעסעריט בלויז מיט פֿאַרשיידענע געשעפֿט־ענינים: האַנדל, חובֿות, בשותּפֿותדיקע עסקים, דירה־געלט, ירושה און שטײַערן. אונדזער הײַנטיקער ייִדישער לוח שטאַמט פֿון בבֿל, דערפֿאַר קלינגען די גענוי רעקאָרדירטע דאַטעס גאַנץ פֿאַרשטענדלעך: דער 17טער תּשרי, 20סטער ניסן, 5טער סיוון. צווישן די דאַטעס טרעפֿן זיך נישט קיין יום־טובֿים. הגם דאָס קאָן זײַן אַ צופֿאַל, קאָן מען עס אָפּטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די באַטייליקטע אין די עסקים זענען געווען פֿרומע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
אַזוי צי אַזוי, כאָטש אַלע טאַבעלעס שטעלן מיט זיך פֿאָר פֿאַקטיש קאַנצעלאַרישע קוויטאַנצן, דערמעגלעכן זיי אַ קוק צו טאָן אויפֿן רויִקן טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די בבֿלישע ייִדן, וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט תּבֿואה און פֿיך. כּורש איז געווען אַ טאָלעראַנטער מלך, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן דרך־ארץ צו פֿאַרשיידענע פֿעלקער און רעליגיעס.
ביידע רעדאַקטאָרינס מיינען, אַז אין אַ געוויסן זין קאָן מען פֿאַרגלײַכן די געפֿינסן מיט די באַרימטע מגילות־ים־המלח. הגם וואָס שייך רעליגיע ווערט אין אין די טאַבעלעס גאָרנישט דערמאָנט בפֿירוש, האָבן מיר צום ערשטן מאָל באַקומען אַן דירעקטן און פּרטימדיקן אינפֿאָרמאַציע־קוואַל וועגן דעם סאָציאַלן, עקאָנאָמישן און אַדמיניסטראַטיוון קאָנטעקסט פֿון דער תּקופֿה, ווען די ייִדישע טראַדיציע אין איר איצטיקער פֿאָרעם האָט אָנגעהויבן זיך פֿאָרמירן נאָכן גלות־בבֿל.
איין וויכטיקער פּרט בלײַבט אָבער אַ סוד: ווען און ווי אַזוי זענען די טאַבעלעס אַנטדעקט געוואָרן? פּירס און וווּנש האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן נישט קיין השׂגה. מע ווייסט בלויז, אַז זיי געהערן צו דער פּריוואַטער קאָלעקציע פֿונעם לאָנדאָנער קונסט־זאַמלער דוד סופֿר. אין די 1990ער יאָרן, נאָך דער מלחמה אינעם פּערסישן אײַנגוס, האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט צוגעגנבֿעטע מיטל־עלטערלעכע אוצרות. סופֿר לייקנט אָפּ וועלכע־ניט־איז אומגעזעצלעכע טעטיקייט און זאָגט, אַז ער האָט דעמאָלט געקויפֿט די טאַבעלעס בײַ אַ געוויסן אַמעריקאַנער.
ס׳איז אַ טרויעריקע איראָניע, אַז צוליב די מהומות און קאָנפֿליקן אינעם מיטל־מיזרח קאָנען זיך פּלוצעם באַווײַזן אַרום דער וועלט דורך צווייפֿלהאַפֿטיקע קאַנאַלן נײַע אַרכעאָלאָגישע אוצרות. זיי קאָנען וואַרפֿן אַ נײַע שײַן אויף דער ייִדישער געשיכטע און אויף די וואָרצלען פֿון דער גאַנצער מענטשעלכער ציוויליזאַציע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן, אין אַ גרויסער מאָס, אינעם דאָזיקן ראַיאָן. עס וויל זיך האָפֿן, אַז די נײַע אַרכעאָלאָגישע סענסאַציעס וועלן אַרויסקומען פֿון קלאָרע און פֿרידלעכע קוואַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.