האַנדל־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און פּאַנאַמע

Panama and Israel Sign Free Trade Agreement

די פּאַנאַמישע אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ באַגריסט דעם נײַעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר, גיל אַרציאלי, פֿאַר זײַן נסיעה קיין פּאַנאַמע. די צערעמאָציע איז פֿאָרגעקומען דעם 2טן יולי, 2015.
Facebook
די פּאַנאַמישע אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ באַגריסט דעם נײַעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר, גיל אַרציאלי, פֿאַר זײַן נסיעה קיין פּאַנאַמע. די צערעמאָציע איז פֿאָרגעקומען דעם 2טן יולי, 2015.

פֿון ייִט״אַ

Published November 27, 2015, issue of December 11, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, דעם 21סטן נאָוועמבער, האָט די רעגירונג פֿון פּאַנאַמע געשלאָסן אַן אָפּמאַך וועגן דעם פֿרײַען האַנדל מיט ישׂראל. צום ערשטן מאָל האָט די דאָזיקע צענטראַל־אַמעריקאַנער רעפּובליק אונטערגעשריבן אַזאַ הסכּם מיט אַ מיטל־מיזרחדיק לאַנד.

מיטן נײַעם אָפּמאַך, האָבן די צוויי לענדער באַשטעטיקט אַ ריי פֿריִער באַהאַנדלטע ענינים, אַרײַנגערעכנט דעם צוטריט צו די מאַרקן, צאָלאַמט־רעגולאַציעס, דינסטן, אינוועסטיציעס, אינטעלעקטועלע אייגנטום־רעכט, אינסטיטוציאָנעלע פֿראַגעס און לייזונג פֿון מעגלעכע געשעפֿט־קאָנפֿליקטן. מעליטאָן אַראָטשאַ, דער פּאַנאַמישער מיניסטער פֿון האַנדל און אינסדוסטריע, האָט דערקלערט, אַז דאָס האַנדל־שותּפֿות מיט ישׂראל וועט געבן זײַן לאַנד וויכטיקע נײַע געלעגנהייטן צו עקספּאָרטירן די סחורה און צו אַנטוויקלען געשעפֿטן אינעם מיטל־מיזרח.

דער מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז אַ דאַנק אַ ספּעציעלן טייל פֿונעם אָפּמאַך, האָפֿן די פּאַנאַמישע קליינע און מיטל־מעסיקע פֿירמעס צו פֿאַרברייטערן זייערע מעגלעכקייטן, און פֿאַרמעסטן זיך מיט די אויסלענדישע קאָנקורענטן אין אינאָוואָציעס און טעכנאָלאָגיעס. דער וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן עקאָנאָמיע־מיניסטעריום האָט געזאָגט אין מײַ, ווען די לענדער האָבן געפֿירט די פֿאָרלויפֿיקע פֿאַרהאַנדלונגען, אַז פֿאַר די ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע פֿירמעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט קאָמוניקאַציעס, אינפֿאָרמאַציע־זיכערהייט, אינזשענירײַ און קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס וועט דער דאָזיקער אָפּמאַך עפֿענען אַ נײַעם שטח.

די פֿאַרהאַנדלונגען, וועלכע האָבן זיך איצט געשלאָסן מיט אַ קאָנקרעטן אָפּמאַך, זענען אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם ישׂראלדיקן פּלאַן צו פֿאַרברייטערן דעם עקספּאָרט פֿון די אָרטיקע פּראָדוקטן, צו אַנטוויקלען געשעפֿטן און צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער. די געשעפֿט־באַציִונגען מיט פּאַנאַמע האָבן שוין פֿריִער דערגרייכט אַ ממשותדיקן פֿאַרנעם. לויטן ישׂראלדיקן עקאָנאָמיע־מיניסטעריום, האָט דער ישׂראלדיקער עקספּאָרט קיין פּאַנאַמע באַטראָפֿן 25 מיליאָן דאָלאַר אינעם יאָר 2014, און דער אימפּאָרט פֿון פּאַנאַמע — 3 מיליאָן.