עס ווערט שוין אַ מאָדע בײַ די אַמעריקאַנער צו מאַכן ספּעקטאַלען אויף זייערע חתונות, וואָס זעען אויס אַזוי חידושלעך, אַז די געסט מאַכן פֿון זיי פֿילמען און פֿאַרשפּרייטן זיי אויף „יו־טוב‟.
די פֿרומע ייִדן זענען ניט קיין אויסנאַם, און ס׳איז געוואָרן בײַ געוויסע פֿרומע־לײַט אַ מינהג צו מאַכן חתונות, וואָס זענען אַזוי ריזיק, אַז מענטשן וועלן דערנאָך קוקן פֿילמען פֿון זיי און זיי מקנא זײַן. מע באַשטעלט די גרעסטע זינגער און קאַפּעליעס, צי אַפֿילו אָרקעסטערס מיט 20 מוזיקער. מע שטעלט צו אַקראָבאַטן און מענטשן וואָס רײַטן אויף הויכע אוניציקלען, און קעכער, וואָס קאָכן גלײַך פֿאַרן עולם. מיט איין וואָרט, לעבעדיק און פֿריילעך.
לעצטנס, האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ אַ פֿילם פֿון אַ ליטווישער חתונה אין מאָנסי, וואָס איז פּשוט ניט צום גלייבן. די בעלי־שׂימחות האָבן טאַקע באַשטעלט אַקראָבאַטן און מענטשן צו רײַטן אויף אוניציקלען, ווי עס „באַדאַרפֿט צו זײַן‟ אויף אַ ייִדישער חתונה. זיי האָבן אָבער אויך פֿאַרבעטן אַ פֿערד און אַ „לאַמע‟. וואָס טוט מען מיט אַ פֿערד אויף אַ חתונה? בײַ אונדזערע אָבֿות אין שטעטל וואָלט מען אפֿשר געריטן אויף אים, כּדי צוצוקומען צו דער חתונה. הײַנט צו טאָג, אַ פּנים, איז אײַנגעפֿירט געוואָרן בײַ געוויסע ייִדן, מע זאָל רײַטן אויפֿן פֿערד אַזוי ווי אַ „קאַובוי‟, גלײַך אין מיטן פֿונעם טאַנצן. און וואָס טוט מען מיט אַ „לאַמע‟, אַזאַ מין קליינער דרום־אַמעריקאַנער קעמל? מע טוט אים אָן אַ שטרײַמל און מע פֿירט אים אויך אַרײַן אין מיטן פֿונעם טאַנצן! פֿאַר וואָס? ווײַל מע ווייסט אויף זיכער, אַז מע וועט מאָרגן טאַקע רעדן וועגן דעם. ס׳איז זיי בפֿירוש געלונגען.
נו, ווי זאָגט מען בײַ ייִדן, „נאָר אויף שׂימחות‟ — און אַזעלכע אויסטערלישע זאַכן וועט מען טאַקע זען נאָר אויף אַן עכטער ייִדישער שׂימחה. יאָ, אַ ביסל באַשיידנקייט וואָלט קיינעם ניט געשאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.