קיין רוסלאַנד איז געקומען דער נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת‑ישׂראל, צבֿי חפֿץ. ער שטאַמט פֿון רוסלאַנד און איז גוט באַקאַנט מיט דער רוסישער קולטור. ער האָט אָנטייל גענומען אינעם געשעפֿט‑פֿאָרום „מאָסקווע-ישׂראל 2015‟, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דעם מאָסקווער דעפּאַרטאַמענט פֿון אויסערן‑עקאָנאָמישע און אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרבינדונגען. דער פֿאָרום איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן נאָוועמבער אינעם פּרעסטיזשפֿולן האָטעל „מעטראָפּאָל‟. די זיצונגען זענען געווידמעט געווען עקאָלאָגיע, אינאָוואַציעס און שטאָטישער פּלאַנירונג.
אַ ידיעה פֿון איוואַנאָוואָ, אַ שטאָט, וואָס געפֿינט זיך אַ האַלב טויזנט קילאָמעטער פֿון מאָסקווע. דאָרטן איז דעם 22סטן נאָוועמבער פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע עפֿענונג‑צערעמאָניע פֿון אַ נײַער שיל און אַ ייִדישן קהילה-צענטער. אין דער צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד ר׳ בערל לאַזאַר און אַלכּסנדר באָראָדאַ, ווי אויך די פֿאַרטרעטער פֿון דער שטאָט־ און געגנט־פֿירערשאַפֿט. די ייִדישע קהילה אין שטאָט איז געווען רעגיסטרירט אין 1999, אָבער קיין אייגן בנין פֿאַר דער שיל האָט זי ניט געהאַט. אינעם נײַעם צענטער, אַחוץ דער שיל, זענען דאָ קלאַסן, אַ קינדער‑קלוב, גמילות-חסדים, אַ כּשרע גאָרקיך און ביבליאָטעק.
דער מאָסקווער חב״ד האָט אָרגאַניזירט נאָך אַ נײַעם אויפֿטו אינעם געביט פֿון גמילות‑חסד. אין דעם חב״ד‑קהילה‑צענטער אין מאַרינאַ־ראָשטשאַ האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע פּראָגראַם „געזונטהייט‟, וואָס אין אירע ראַמען קענען באַקומען די מעדיצינישע הילף ייִדן, רוסלענדישע בירגער, וואָס האָבן ניט קיין רעגיסטראַציע אין מאָסקווע און דערפֿאַר בלײַבן זיי אָן אַ צוטריט צו דער אָפֿיציעלער מעדיצין.
דעם 23סטן נאָוועמבער האָט זיך דאָרטן געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג „די ייִדן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה‟. עס ווערן פֿאָרגעשטעלט אינדיווידועלע געשיכטעס פֿון ייִדישע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי — זייערע זכרונות, דאָקומענטן, אַרכיוו‑מאַטעריאַלן. דער עולם קען אויך זען די פֿאָטאָס, געמאַכט פֿון פֿאָטאָגראַפֿן‑ייִדן — אין סטאַלינגראַד, מאָסקווע, בערלין. אויף דער צערעמאָניע איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אַ נײַ בוך, אַ טאָגבוך פֿון וולאַדימיר העלפֿאַנד, אַ סאָוועטישן אָפֿיציר. דאָס טאָגבוך איז אַ וויכטיקער קוואַל, וואָס דערציילט וועגן דעם טאָג‑טעגלעכן לעבן אויפֿן פֿראָנט און אינעם הינטערלאַנד, וועגן דער באַציִונג צום ייִדישן סאָלדאַט און צו די דײַטשן. גערעדט האָבן וועגן דעם בוך דעם מחברס זון, וויטאַלי העלפֿאַנד און דער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי.
און דעם 25סטן נאָוועמבער איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אָוונט אין אָנדענק פֿון פּרץ מאַרקיש, געווידמעט זײַן 120סטן געבורטסטאָג. מע האָט דעמאָנסטרירט אַ נײַעם פֿילם וועגן דעם פּאָעט, „פּרץ מאַרקישן — אַ נר‑תּמיד‟, וואָס דערציילט וועגן דעם פּאָעטס לעבן און שאַפֿן. מ‘האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַע איבערזעצונג פֿון מאַרקישעס פּאָעמע „די קופּע‟.
דער קאָנפֿליקט צווישן דעם צענטער „חורבן‟ און דער אַקאַדעמיע אויף רמב״מס נאָמען, וואָס האָט זיך געפֿונען אונטער איין דאַך מיטן צענטער, האָט זיך געענדיקט די וואָך. אין רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט איז געשאַפֿן געוואָרן אַ נײַע סטרוקטור — צענטער פֿון פֿאָרשן און לערנען די געשיכטע פֿון חורבן און גענאָציד. דער פֿאָרזיצער פֿונעם צענטער איז איליאַ אַלטמאַן, און די טעטיקייט וועט געשטיצט ווערן פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.
די אַרבעט פֿונעם צענטער האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ רעפֿעראַט, וואָס האָט אָפּגעהאַלטן די היסטאָריקערין קריסטינע ווינקלער, ספּּעציעל פֿאַרבעטן פֿון בערלין. זי האָט דערציילט וועגן די דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט זמיעווסקאַיאַ באַלקאַ, דעם אָרט פֿון פֿאַרניכטן די ייִדן לעבן ראָסטאָוו, וועגן די אַרכיוון פֿון רוסלאַנד, דײַטשלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. די פֿונדאַציע „דזשוינט‟ און די מאָסקווער אָפּטיילונג פֿון „הילל‟ האָבן דורכגעפֿירט אין מאָסקווע אַ בײַנאַכטיקן אויטאָ-קוועסט, „רוח‟. די באַטייליקטע האָבן געדאַרפֿט אַרומפֿאָרן מאָסקווע, אויסזוכן ערטער, פֿאַרבונדן מיט ייִדישער געשיכטע, און קלײַבן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר ווײַטערע זוכענישן. דאָס געלט וואָס די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געזאַמלט, וועט אויסגעגעבן ווערן אויף גמילת-חסד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.