„אָנקל טאָמס כאַטע‟ נוסח א.מ. דיק

A. M. Dik’s Version of “Uncle Tom’s Cabin.”

אײַזיק־מאיר דיק און אַ שפּעטערע ייִדישע איבערזעצונג פֿון „אָנקל טאָמס כאַטע‟
אײַזיק־מאיר דיק און אַ שפּעטערע ייִדישע איבערזעצונג פֿון „אָנקל טאָמס כאַטע‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 01, 2015, issue of December 25, 2015.

אײַזיק מאיר דיק איז געווען דער סאַמע פּאָפּולערסטער שרײַבער אויף ייִדיש אינעם 19סטן יאָרהונדערט. אַ משׂכּיל פֿונעם אַלטן שניט, האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַבן אויף ייִדיש אין די 1860ער יאָרן. זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען האָט ער באַטראַכט איבערהויפּט ווי אַ מיטל צו דערציִען די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס זײַנע דערציילונגען האָבן אָפֿט געליטן צוליב זײַן איבערגעגעבנקייט דעם לייענער; אַזוי ווײַט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן צו אַנטוויקלען זײַנע אייגענע סיפּור־המעשׂיות. ווי עס האָט שפּעטער דערקלערט שמואל ניגער וועגן זײַנע ווערק, איז דיק דווקא געווען אַ בעסערער שרײַבער, ווען ער האָט פֿאַרגעסן וועגן זײַן פֿליכט צו לערנען זײַנע לייענער, און אַנשטאָט דעם זיך פֿאָקוסירט אויף זײַנע מעשׂיות גופֿא.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַנע דערציילונגען לייענען זיך ניט אַזוי גוט הײַנט ווי די ווערק פֿון זײַנע מיטצײַטלער, קען מען זיך פֿון זיי דערוויסן אַ סך וועגן דעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן בכלל און דער משׂכּילישער סבֿיבֿה בפֿרט; באַזונדערס, ווען עס גייט די רייד וועגן דיקס איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף ענגליש.

צווישן אַנדערע ראָמאַנען האָט אײַזיק־מאיר דיק איבערגעזעצט „אָנקל טאָמס כאַטע‟ פֿון האַריעט ביטשער סטאָו אין 1868. דער ראָמאַן, אַ פּראָטעסט קעגן דער אַמעריקאַנער שקלאַפֿערײַ, איז געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער איבער דער גאָרער וועלט, און דיק האָט געוואָלט אים מאַכן צוטריטלעך פֿאַר ייִדן אין דער צאַרישער אימפּעריע. דיק, ווי עס איז געווען דער שטייגער אין יענער צײַט, האָט ניט געמאַכט קיין גענויע איבערזעצונג, נאָר אין דער אמתן אָנגעשריבן אַ נײַעם ראָמאַן אויפֿן סמך פֿון דער דײַטשישער איבערזעצונג פֿון „אָנקל טאָמס כאַטע‟. ער האָט, למשל, פֿאַרוואַנדלט דעם קריסטלעכן העלד פֿונעם ראָמאַן, אַרטור שעלבי, אינעם ייִדישן העלד אַבֿרהם שעלבי. אינעם אָריגינעלן ראָמאַן, ווערט דער העלד „אָנקל טאָם‟ דערהרגעט, אָבער דער הויפּט־העלד אין דיקס נוסח איז מצליח צו אַנטלויפֿן קיין קאַנאַדע.

נאָך זײַן איבערזעצונג גופֿא האָט דיק אויך געשריבן גאָר אַן אינטערעסאַנטן אַרײַנפֿיר, וואָס מע האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געוועב‟. אין זײַן הקדמה דערקלערט דיק די געשיכטע פֿון שקלאַפֿערײַ אין צוויי קאָנטעקסטן, וואָס וואָלטן געווען באַקאַנט זײַנע לייענער — אינעם ביבל און אין דער רוסישער אימפּעריע, וואָס האָט צו יענער צײַט נאָר וואָס געהאַט באַפֿרײַט די לײַבקנעכט. אין דער זעלביקער צײַט וואָס דיק דערקלערט די געשיכטע פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמעריקע און פֿאַרדאַמט דאָס שקלאַפֿערײַ בכלל, באַנוצט ער זיך מיט אַ סך ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן, וואָס קלינגען עקלדיק פֿאַרן רובֿ הײַנטיקע לייענער. דיקס צומאָל ראַסיסטישע דערקלערונגען קענען אונדז אָבער לערנען אַ סך וועגן דעם, ווי אַזוי די דעמאָלטיקע רוסישע ייִדן האָבן באַטראַכט די ראַסן־באַציִונגען אין אַמעריקע, און ווי אַזוי מע האָט דאָס פֿאַרשטאַנען אין ליכט פֿונעם גורל פֿון די לײַבקנעכט.

דער פֿאַקט, וואָס דיק באַנוצט זיך מיט ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן וועגן די אַפֿריקאַנער אין דער זעלביקער צײַט, וואָס ער טאַדלט, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער האָבן זיי באַעוולט, איז ניט קיין חידוש; ס׳איז גענוג, זיך דערמאָנען אינעם פֿאַקט, אַז דער אַנטי־שקלאַפֿערײַ ראָמאַן „אָנקל טאָמס כאַטע‟ אַליין איז אויך פֿול מיט ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן. דיק האָט, אַ פּנים, אײַנגעזאַפּט די פֿאָראורטלען, וואָס זענען געווען ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע און ענגלאַנד צו יענער צײַט, אַפֿילו צווישן די שטאַרקע שטיצער פֿון אָפּשאַפֿן שקלאַפֿערײַ. די גאַנצע הקדמה קען מען לייענען דאָ: //ingeveb.org/texts-and-translations/slavery-or-serfdom