דער באַטײַט פֿון אַ שמייכל

The Meaning of a Smile


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 01, 2015, issue of December 25, 2015.

מיט מײַן דערפֿאַרונג פֿון אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט און וווינען אין עטלעכע לענדער, האָב איך שוין לאַנג פֿאַרשטאַנען, ווי אַנדערש פֿירן זיך אויף מענטשן אין ענלעכע סיטואַציעס, און ווי אַנדערש רעאַגירן זיי איינער אויפֿן אַנדערן.

בערך מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק בין איך געקומען קיין אָקספֿאָרד. צעפּאַקעוועט מײַנע וואַליזקעס, בין איך אַרויס אין דרויסן זיך אַרומקוקן און קויפֿן עפּעס צו עסן. געדענק איך ביזן הײַנטיקן טאָג: גיי איך זיך און זע — און מע קען אַפֿילו זאָגן, פֿיל — פּלוצעם, אַז כּמעט יעדעס מאָל, ווען מײַנע אויגן באַגעגענען זיך מיט די אויגן פֿון די פֿאַרבײַגייענדיקע פֿרויען, ענטפֿערן מיר די פֿרויען מיט אַ שמייכל.

האָב איך זיך אַרומגעקוקט — אפֿשר האָב איך עפּעס ניט פֿאַרשפּיליעט צי אָנגעטאָן אויף דער לינקער זײַט. ניין, אַלץ איז געווען מער אָדער ווייניקער אויפֿן אָרט. האָב איך דעמאָלט חוצפּהדיק אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן, אַז די שמייכלען זײַנען געווען סיגנאַלן, וואָס האָבן געמיינט, „דו געפֿעלסט מיר!‟, און נאָך אַנדערע אַזעלכע נאַרישע געדאַנקען זײַנען געקומען אין מײַן סאָוועטישן קאָפּ.

אין אַ צײַט אַרום האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז פּשוט געווען אַ נאַטירלעכע רעאַקציע מצד די היגע לײַט אויף באַגעגענען זיך מיט די אויגן — מײַנע, צי פֿון אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן מענטשן. אַזוי רעאַגירט מען באַזונדערס אָפֿט אין אַ קליין אָרט, אין אַ קאָרידאָר פֿון אַן אַנשטאַלט, למשל. און איך האָב דאָך שפּאַצירט דעמאָלט אין דער אוניווערסיטעטישער געגנט, דאָס הייסט, כּמעט אין אַ קאָרידאָר.

בין איך שוין אויך ביסלעכווײַז צוגעוווינט געוואָרן צו שמייכלען. און די גאַנצע משפּחה מײַנע האָט עס, פֿאַרשטייט זיך, איבערגענומען. אויף אַזוי פֿיל, אַז ווען מײַן טאָכטער איז אין פֿינף יאָר אַרום געקומען קיין מאָסקווע, האָבן אירע חבֿרטעס עס גלײַך באַמערקט און איר געזאָגט, זי זאָל אויפֿהערן צו שמייכלען אין דרויסן, אין אונטערבאַן — מע וועט עס ניט ריכטיק אויסטײַטשן.

איך דערמאָן זיך וועגן אַ פּאָר אַנומלטיקע עפּיזאָדן, אויך פֿאַרבונדן מיט דער קולטור פֿון שמייכלען. קיין ניו־יאָרק איז געקומען די טאָכטער פֿון מײַן אַלטן חבֿר, נאָך פֿון די קינדער־יאָרן אין אוקראַיִנע. ער איז שוין לאַנג אין ישׂראל, דאָרטן איז די טאָכטער אויסגעוואַקסן, זיך אויסשטודירט, חתונה געהאַט, און אַזוי ווײַטער. האָט מען זי צוליב עפּעס אַן ענין געשיקט קיין אַמעריקע. זײַנען מיר געזעסן ערגעץ, געטרונקען קאַווע, און זי האָט מיר פּלוצעם געזאָגט:

— שוין עטלעכע טעג קוק איך זיך צו צו די אַמעריקאַנער. און איך חידוש זיך: וווּ נעמען זיי די כּוחות צו האַלטן אַ שמייכל אויף זייערע פּנימער פֿון אין דער פֿרי ביז אויף דער נאַכט? בײַ אונדז וואָלט עס געווען אוממעגלעך.

און מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך פֿון אַ דײַטשישער סטודענטקע דערהערט דעם זעלבן געדאַנק, כּמעט מיט די זעלביקע ווערטער, כאָטש געזאָגט זײַנען זיי געווען אויף אַן אַנדער שפּראַך. זי האָט אויך דערפֿילט דעם שמייכלדיקן קאָנטראַסט צווישן בערלין און ניו־יאָרק. איך ווייס ניט, ווי אַזוי צו זאָגן אויף ייִדיש body language. דאָס גוף־לשון? אַזוי צי אַזוי, ווי זאָלן מיר עס ניט אָנרופֿן, אָבער וועגן די אונטערשיידן אין דער אויפֿפֿירונג פֿונעם גוף, פֿון דער מימיק פֿונעם פּנים, קען מען לאַנג רעדן און שרײַבן; בפֿרט וועגן דעם, אַז אין פֿאַרשיידענע לענדער קוקט מען אַנדערש אויף מענטשן.

אַ יונגער יאַט, וועמענס פֿאָטער איז אויך זייער אַן אַלטער חבֿר מײַנער, איז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געקומען קיין ניו־יאָרק און האָט זיך דאָ באַזעצט. פֿריִער איז ער, אַ פֿערטל־ייִד, אַוועק פֿון אוקראַיִנע און אין משך פֿון פֿינף יאָר אָפּגעוווינט אין ישׂראל. פֿרעג איך אים, וווּ ער פֿילט זיך בעסער און פֿאַר וואָס? דערציילט ער מיר פֿאַרשיידענע זאַכן און צווישן זיי זאָגט ער: „אין ניו־יאָרק קוקט מען ניט אויף מיר. אין ישׂראל בין איך מיד געוואָרן פֿון דעם קוקן. מע גלאָצט אויס אַ פּאָר אויגן און מע פֿירט זיי ניט אָפּ‟.

לעצטנס האָב איך געהערט אַ באַריכט פֿון אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט צווישן די חסידים, וואָס פֿאָרן אויף ראָש־השנה קיין אומאַן. כּמעט יעדער אינפֿאָרמאַנט האָט זיך געקלאָגט אויף די היגע תּושבֿים, הלמאַי די חסידים פֿילן שׂינאה מצד זיי. ווען מע האָט בײַ זיי געפֿרעגט, ווי אַזוי די שׂינאה אַנטפּלעקט זיך, איז דער ענטפֿער אָפֿט מאָל געווען אַזאַ: „זיי קוקן אויף אונדז, ווען מיר גייען זיי פֿאַרבײַ‟.

אינטערעסאַנטע זאַכן באַקומען זיך, ווען מע קומט אין אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה מיט אייגענע אָפּשאַצונגען און מאָסן.