אַפֿילו 75 יאָר נאָך זײַן טױט געפֿינט װלאַדימיר זשאַבאָטינסקיס פּערזענלעכקײט אַ שטאַרקן אינטערעס צװישן די הײַנטיקע היסטאָריקער. איצט האָט מען באַקומען אַ נײַעם ביאָגראַפֿישן מקור, אַן ענגלישער נוסח פֿון זײַן העברעיִשער אױטאָביאָגראַפֿיע „סיפּור ימי‟ [געשיכטע פֿון מײַן לעבן]. דער כּתבֿ־יד פֿון דער דאָזיקער איבערזעצונג איז אַנטדעקט געװאָרן אינעם אַרכיװ פֿונעם זשאַבאָטינסקי־אינסטיטוט אין תּל־אָבֿיבֿ און איז דערשינען אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָרן ברײַען האָראָװיץ און לעאָניד קאַציס.
אין זײַן פּרטימדיקער הקדמה אַנאַליזירט פּראָפֿעסאָר האָראָװיץ דעם טעקסט און דעם קאָנטעקסט פֿונעם דאָזיקן מערקװירדיקן דאָקומענט. האָראָװיץ דערקלערט: „זשאַבאָטינסקי האָט דערצײלט די געשיכטע פֿון אַ ציוניסטישן אָנפֿירער, װאָס איז געװען זײער אַנדערש פֿון די מער געװײנטלעכע מאָדעלן.‟ זשאַבאָטינסקי האָט באַטאָנט זײַן אָפּגעריסנקײט פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה אין דער יוגנט, זײַנע קנאַפּע ייִדישע קענטענישן, און בכלל זײַן גלײַכגילט צו דער „ייִדישער פֿראַגע‟. דאָס האָט געמאַכט זײַן „תּשובֿה‟ נאָך מער דראַמאַטיש. ער שילדערט מיט אַ נאָסטאַלגישער סימפּאַטיע די קאָסמאָפּאָליטישע אַטמאָספֿער פֿון דער אַמאָליקער אָדעס, און טענהט, אַז דװקא דאָס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מין „נאַטירלעכן‟ ציוניסט.
זשאַבאָטינסקי דערקלערט, אַז ער איז געװאָרן אַ ייִדישער נאַציאָנאַליסט ניט װײַל ער האָט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם אָדער האָט געהאַט אַ הײסע ליבע צו דעם ייִדישן פֿאָלק; ער האָט דערזען אין דעם ציוניסטישן פּראָיעקט אַ װעג אין דער צוקונפֿט. דערבײַ איז ער פֿאַרבליבן אַ ליבעראַל אין זײַנע פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע אָנזיכטן און אַ קאָסמאָפּאָליט אין זײַן קולטור. אין דער אױטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אױפֿגעשטעלט אַ מחיצה צװישן זײַן פּריװאַט לעבן און זײַן פּאָליטישער אַקטיװיטעט.
די ציוניסטישע פּאָליטיק האָט אים ניט געשטערט צו בלײַבן אַ רוסישער שרײַבער און צו חבֿרן זיך מיט מענטשן, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן שײַכות צו ציוניזם. זײַן ליטעראַרישע פּערזאָן, למשל, דער דערצײלער אינעם רוסישן ראָמאַן „די פֿינעף‟, איז גאַנץ אַנדערש פֿון זײַן אױטאָביאָגראַפֿישער פּערזאָן אין דער העברעיִשער „געשיכטע פֿון מײַן לעבן‟. זשאַבאָטינסקיס אױטאָביאָגראַפֿיע, האָראָװיץ זאָגט צום שלוס, געהערט צו די „סאַמע אינטערעסאַנטע ביכער װעגן דעם רוסישן ציוניזם.‟ אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, קוקט דאָס דאָזיקע בוך אױף צוריק, אין דער צײַט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, און פֿאַרקניפּט אָט די צװײ ביז גאָר פֿאַרשידענע תּקופֿות.
זשאַבאָטינסקיס ציל איז געװען צו שילדערן זײַן װעג צו ציוניזם. זײַן לעבנס־געשיכטע האָט געדאַרפֿט דערמוטיקן דעם ייִנגערן דור צו פֿאָלגן אין זײַנע טריט. און דאָס פֿעלן אַן אינטערעס צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקײט איז געװען ניט קײן חסרון. אַנשטאָט דעם האָט ער שױן יונגערהײט פֿאַרמאָגט אַ פֿעסטן גלױבן אין דעם אױפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. „װען איז בין געװען זיבן יאָר אַלט, האָב איך געפֿרעגט מײַן מאַמע: ׳בײַ אונדז, ייִדן, װעט אױך זײַן אַן אײגענע מדינה?’ זי האָט געענטפֿערט: ‘אַװדאי װעט זײַן, נאַרעלע!’ און מער האָב איך אַזאַ פֿראַגע ניט געפֿרעגט, מיר איז געװען גענוג איר ענטפֿער.‟ זײַן גלױבן איז ניט געװען קײן אידעאָלאָגישע אָדער פּאָליטישע „איבערצײַגונג‟, זאָגט װײַטער זשאַבאָטינסקי: „דאָס איז געװען פּונקט אַזאַ נאַטירלעכע זאַך װי דאָס װאַשן די הענט אין דער פֿרי אָדער דאָס עסן אַ טעלער זופּ בײַ אַ װעטשערע‟.
זײַן „נאַטירלעכער‟ ציוניזם איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אײגנאַרטיקער אָדעסער קולטור: „איך האָב ניט געזען קײן אַנדערע שטאָט מיט אַזאַ לײַכטער אַטמאָספֿער.‟ דװקא אָדעס האָט פֿאַר אים געדינט װי אַ מוסטער פֿון דער צוקונפֿטיקער ייִדישער מלוכה: „פֿון גאָרנישט, פֿון נול איז אַנטשטאַנען די דאָזיקע שטאָט הונדערט יאָר פֿאַר מײַן געבורט. אירע תּושבֿים האָבן געפּלאַפּלט אױף צען שפּראַכן, אָבער קײן אײנציקע פֿון זײ האָבן זײ ניט באַהערשט בשלימות. צװישן מײַנע באַקאַנטע איז געװען בלױז אײנער, װאָס זײַן פֿאָטער איז אױך געבױרן געװאָרן אין אָדעס.‟ אַזאַ מין „אָדעס‟ האָט מען שפּעטער געפּרוּװט אױפֿצובױען אױפֿן ברעג פֿון מיטללענדישן ים אין תּל־אָבֿיבֿ. װעגן דעם זאָגן עדות די נעמען פֿון אײניקע גאַסן אינעם שטאָט־צענטער: דיזענגאָף, לעװינסקי, באָגראַשאָװ. אײניקע פֿון זײ זײַנען שױן לגמרי פֿאַרגעסן הײַנט.
זשאַבאָטינסקי איז אױפֿגעװאַקסן אין דער פֿילשפּראַכיקער שטאָט, אָבער זײַן אײגענע שפּראַך איז געװען רוסיש: „אין דער הײם און אױף דער גאַס האָבן מיר גערעדט בלױז אױף רוסיש, די מאַמע האָט גערעדט ייִדיש נאָר מיט מײַנע עלטערע מומעס. מײַן שװעסטער און איך האָבן זיך אָנגעלערנט צו פֿאַרשטײן די דאָזיקע שפּראַך, אָבער אונדז װאָלט עס קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן צו װענדן זיך צו דער מאַמען אָדער צו נאָך עמעצן אױף ייִדיש.‟ די שװעסטער האָט אים אויסגעלערנט צו לײענען רוסיש, און אַ שכן, דער באַרימטער העברעיִשער מחבר יהושע חנא ראַװניצקי, האָט זיך אונטערגענומען אויסצולערנען דעם בחור לשון־קודש.
װי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר האָראָװיץ, איז זשאַבאָטינסקי ניט תּמיד געטרײַ די פֿאַקטן אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע. זשאַבאָטינסקי איז געװען אױסן צו געבן זײַנע יונגע נאָכפֿאָלגער אַ מוסטער אױף נאָכצומאַכן. דאָס נאַציאָנאַלע געפֿיל געהערט, לױט זײַן פּרעזענטאַציע, צו דער מענטשלעכער טבֿע. דערבײַ האָט ער פֿאָרױסגעזען די צוקונפֿטיקע ייִדישע מדינה װי אַ מאָדערנע ליבעראַלע און װעלטלעכע געזעלשאַפֿט, װוּ ייִדן און אַראַבער האָבן גלײַכע נאַציאָנאַלע און קולטורעלע רעכט. דאָס דאָזיקע בילד איז געװען פֿול מיט סתּירות, און זשאַבאָטינסקיס נאָכפֿאָלגער אין „ביתּר‟ און „חרות‟ זײַנען ניט פֿאַרבליבן געטרײַ דעם אידעאַל פֿון זײער לערער; זײ זײַנען דאָך ניט אױפֿגעװאַקסן אין אָדעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.