לעצטנס האָט דער אַמסטערדאַמער מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע געעפֿנט אַ נײַע פֿאָטאָ-אויסשטעלונג, וואָס הייסט „די מלחמה איז פֿאַרבײַ‟. אויף דער אויסשטעלונג פּרעזענטירט דער מוזיי אַרום 150 בילדער פֿון לעאָנאַרד פֿריד (Leonard Freed, 1929-2006), אַן אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַף, וואָס האָט לאַנג געאַרבעט פֿאַרן פֿאָטאָ־ביוראָ „מאַגנום‟. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט דער מוזיי באַקומען פֿון פֿרידס אַלמנה בריגיטע, וואָס וווינט אין אַמעריקע.
געבוירן געוואָרן אין ניו-יאָרק בײַ ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מינסק, האָט פֿריד אין 1957 באַזוכט האָלאַנד צום ערשטן מאָל, און איז געבליבן אין אַמסטערדאַם ביז 1970. ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה, אָבער, ווי עס דערקלערט דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, בערנאַדעטע וואַן וווּרקאָם, איז ער תּמיד געווען פֿאַראינטערעסירט אין זײַנע שורשים. בעת זײַן ערשטן קומען אין לאַנד, האָט ער באַזוכט אַ טאַנץ-מסיבה פֿאַר ייִדישער יוגנט, און האָט זיך פֿאַרליבט אין דער לעבעדיקייט פֿון דער סבֿיבֿה. מעגלעך, דערפֿאַר האָט פֿריד אָנגעהויבן זײַן פּראָיעקט מיט דער טעמע „ייִדן פֿון אַמסטערדאַם‟. שוין אין 1958 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן זעלביקן נאָמען, צוזאַמען מיטן זשורנאַליסט מאַקס סנײַדערס. אין גאַנצן, האָט ער אַרײַנגענומען אין פּראָיעקט בערך 2,500 פֿאָטאָגראַפֿיעס.
כאָטש די אַמסטערדאַמער קהילה האָט פֿיל געליטן בשעתן חורבן און פֿאַרלוירן אַרום 75% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, זעען מיר אויף די בילדער, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער. פֿריד האָט ניט געוואָלט פֿאָטאָגראַפֿירן די ערטער אָדער אונטערנעמונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט טראַגישע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע. זײַן ציל איז געווען צו ווײַזן אַ גליקלעך טאָג-טעגלעך לעבן: מסיבות, חתונות, יום-טובֿים. מיר קאָנען אויך זען די רוטין פֿון פּשוטע מענטשן: אַ פֿישער פֿאַרקויפֿט פֿיש אויפֿן מאַרק, קינדער שפּילן זיך אין דער גאַס, אַ דאָקטער לייענט אַ זשורנאַל, אַן אָרעמאַן פֿאַרריכט זײַן וועלאָסיפּעד, אַ געוויינטלעכע משפּחה גרייט זיך צום שבת… אויף פֿרידס שיינע און אָפּטימיסטישע בילדער געפֿינט מען באמת נישט קיין זכר פֿון דער מלחמה.
איך האָב געפֿרעגט צוויי פֿון די באַזוכערס, וואָס מיינען זיי וועגן דער אויסשטעלונג? (ביידע האָבן מיר געענטפֿערט, אַז זיי זענען נישט קיין ייִדן, אָבער זיי זענען געגאַנגען אינעם מוזיי ספּעציעל, כּדי צו קוקן אויף פֿרידס פֿאָטאָגראַפֿיעס.)
סימאָן מ., 58 יאָר אַלט, ראָטערדאַם:
„איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער אויסשטעלונג צוליב אַן אַרטיקל אין מײַן באַליבטער צײַטונג ׳דע פֿאָלקסקראַנט׳. מײַן טאַטע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין אַ קליין שטעטל אין דרום-האָלאַנד, פֿלעגט מיר פֿיל דערציילן וועגן זײַנע יונגע יאָרן, וועגן דער שול, וווּ ער האָט געהאַט אויך ייִדישע פֿרײַנד; וועגן די פֿילצאָליקע ייִדישע קרעמלעך, וווּ ער פֿלעג קויפֿן זיסוואַרג… איצט איז אַן אַלטער בית-עולם — די איינציקע דערמאָנונג פֿונעם פֿאַקט, אַז פֿאַר דער מלחמה פֿלעגן דאָרט וווינען ייִדן. כאָטש איך בין אויסגעוואַקסן אין דער צווייט־גרעסטער שטאָט פֿונעם לאַנד, האָב איך, ווי אַ קינד, נישט געהאַט קיין ייִדישע פֿרײַנד; אָדער אפֿשר האָב איך ניט געוווּסט וועגן זיי, הגם אין די צײַטן פֿון מײַנע טאַטע-מאַמע איז די ייִדישע קהילה געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. דעריבער בין איך הײַנט דאָ, כּדי מער זיך צו לערנען וועגן מײַנע לאַנדסלײַט, וואָס איך האָב, צום באַדויערן, כּמעט גאָרנישט וועגן זיי ניט געוווּסט. איך קוק אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס און איך זע אַ טײל פֿונעם לעבן אין האָלאַנד, וואָס איך האָב עס פֿריִער קיין מאָל נישט געזען.‟
אינגריד וו., 67 יאָר אַלט, אַמסטערדאַם:
„איך וווין דאָ אין דער געגנט, ניט ווײַט פֿונעם מוזיי מײַן גאַנץ לעבן, און איצט פֿיל איך זיך איבערגענומען, ווײַל איך דערקען אַ סך געסלעך, געוועלבן און אַפֿילו עטלעכע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿרידס בילדער; למשל, עלי וואָס האָט פֿאַרקויפֿט פֿיש אויף וואַטערלאָפּליין [אַ גרויסער סקווער אין דער געגנט — ג. פּ.]; אָדער סאַל מייער און זײַן שניטקעס-קראָם [די כּשרע קראָם עקזיסטירט אין אַמסטערדאַם זינט 1957, און איז זייער באַרימט. זי געהערט נאָך צו דער גרינדערס-משפּחה — ג.פּ.]. סײַ אין שול, סײַ אין אוניווערסיטעט האָב איך געהאַט אַ סך ייִדישע באַקאַנטע — אַמסטערדאַם איז דאָך שטענדיק געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט. די 1950ער און 1960ער יאָרן זענען געווען ניט קיין גרינגע, אָבער פֿאָרט גוטע צײַטן. אַוודאי, האָבן פֿיל ייִדן, אויך מײַנע פֿרײַנד, זיך אַריבערגעקליבן קיין צפֿון-אַמעריקע אָדער ישׂראל, אָבער איך קוק אויף די גליקלעכע פּנימער אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און זיי פֿילן אָן מײַן האַרץ נאָר מיט וואַרעמע דערמאָנונגען.‟
די אויסשטעלונג קאָן מען באַזוכן ביזן 14טן פֿעברואַר 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.