וויפֿל מאָל אַ יאָר פּראַווען ייִדן אַ יום־טובֿ? אין פֿאַרשיידענע עדות און קהילות קאָן מען באַקומען אַן אַנדער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער קשיא. אין שײַכות צום דער הײַנטיקער סעריע פֿון חסידישע שׂימחה־דאַטעס, האָב איך די וואָך באַמערקט, אַז אין די פּאָפּולערע אַרטיקלען און וואַריאַנטן פֿונעם ייִדישן לוח איז דאָ אַ מאָדנע סתּירה. אין דער ענגלישער וויקיפּעדיע איז פֿאַראַן אַ טאַבעלע פֿון ייִדישע יום־טובֿים, אַרײַנגערעכנט דעם קורדיש־ייִדישן פֿעסטיוואַל „סעהאַראַנע‟ און דעם עטיאָפּישן „סיגד‟, וואָס מע האָט געפּראַוועט נישט לאַנג צוריק, דעם 29טן חשוון. די חסידישע יום־טובֿים האָט מען אָבער פֿון דאָרטן בכּיוון אַרויסגענומען.
אויף דער פּאָפּולערער לוח־וועבזײַט Hebcal ווערט אויך דערמאָנט „סיגד‟, אָבער וועגן י״ט־כּיסלוו איז נישטאָ קיין וואָרט. דער זעלבער מצבֿ איז, למשל, אויף דער וועבזײַט פֿון דער פֿרומער אָרגאַניזאַציע „אש־התּורה‟.
על־פּי־שׂכל, אויב מע נעמט אַרײַן ספּעציפֿישע קורדישע און עטיאָפּישע מינהגים אין דער אַלגעמיינער ליסטע פֿון וויכטיקע ייִדישע דאַטעס, וואָלט מען זיכער געדאַרפֿט אַרײַנשרײַבן אַזעלכע טעג, ווי דער סאַטמאַרער „יום־הצלה‟ און דעם צוויי־טאָגיקן ליובאַוויטשער „יום־הגאולה‟, וואָס מע האָט פּראַוועט די וואָך. לויט אַלע סימנים, שטעלן מיט זיך פֿאָר די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין אַמעריקע אַן אייגנאַרטיקע עטנישע גרופּע, וואָס פֿאַרדינט נישט ווייניקער כּבֿוד, ווי די ייִדן פֿון קורדיסטאַן און עטיאָפּיע.
דעם 21טן טאָג פֿונעם חודש כּיסלוו האָט דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, זיך געראַטעוועט אינעם יאָר 1944 אויף דער „קאַסטנער־באַן‟ פֿון די נאַציס, צוזאַמען מיט אַ גרופּע אונגערישע ייִדן. די צאָל סאַטמאַרער און אַנדערע אונגעריש־שטאַמיקע חסידים, וואָס באַטראַכטן די דאָזיקע דאַטע ווי אַ וויכטיקן שׂימחה־טאָג, איז אַ סך גרעסער, ווי די צאָל פֿון קורדישע און עטיאָפּישע ייִדן צוזאַמען. מע קאָן זאָגן, אַז דעם דאָזיקן טאָג פּראַווען די חסידים דעם ווידערגעבורט פֿון ייִדישלאַנד אין אַמעריקע נאָכן חורבן, אין וועלכן דער סאַטמאַרער רבי האָט געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע.
די ליובאַוויטשער זענען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן איבער דער גאָרער וועלט. צו איגנאָרירן זייער יום־טובֿ איז זיכער נישט באַרעכטיקט. נישט ווייניק וועלטלעכע ייִדן, וואָס באַווײַזן זיך כּסדר אין די חב״ד־שולן, באַטראַכטן י״ט־כּיסלוו ווי אַן אַלגעמיינעם ייִדישן יום־טובֿ.
אין אַלע חסידישע קרײַזן איז דער 19טער טאָג פֿונעם חודש כּיסלוו באַקאַנט ווי אַ ספּעציעלע דאַטע, ווען מע פּראַוועט שׂימחהדיקע סעודות און מע זאָגט נישט קיין תּחנון בײַם דאַוונען. מיט 243 יאָר צוריק איז אין דעם דאָזיקן טאָג ניפֿטר געוואָרן דער מעזשריטשער מגיד — דער גרויסער תּלמיד פֿונעם בעל־שם־טובֿ, וועלכער האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן רבינס דרך אין אַ מאַסן־באַוועגונג. אַזוי ווי דער בעל־שם־טובֿ אַליין, ווערט רבי דובֿ־בער בן אַבֿרהם, לכתּחילה אַן אומבאַקאַנטער וואָלינער ייִד, באַטראַכט אין דער חסידישער טראַדיציע ווי אַ גרויסע און אַפֿילו משיחישע פֿיגור.
אין אַ געוויסן זין, איז דער מגיד טאַקע געווען אַ קיניגלעכע פּערזענלעכקייט. זײַענדיק נישט בלויז אַ מקובל און אַ בעל־מופֿת, נאָר אויך אַ באַגאַבטער אָרגאַניזאַטאָר, האָט ער אויפֿגעשטעלט אין מיזרח־אייראָפּע דאָס גאַנצע „מלכות‟ פֿון פֿאַרשיידענע חסידישע דינאַסטיעס. אין דעם זין, קאָן מען זאָגן, אַז ער איז געווען דער פֿאַקטישער גרינדער פֿון חסידות ווי אַ פֿאַקט פֿונעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן לעבן. במשך פֿון צוויי דורות נאָך דעם מגידס פּטירה, האָבן זײַנע תּלמידים צוגעצויגן ס׳רובֿ ייִדן אין אוקראַיִנע און גאַנצע ראַיאָנען פֿון פּוילן, רײַסן, אונגערן און רומעניע.
די ליובאַוויטשער האָבן אָבער אַ צווייטע סיבה צו פּראַווען י״ט־כּיסלוו ווי אַן אמתן יום־טובֿ — מיטן זעלבן ענטוזיאַזם, ווי חנוכּה און פּורים. מע פֿרייט זיך, מע זינגט און מע טאַנצט צוויי טעג נאָכאַנאַנד, דעם 19טן און 20טן טאָג פֿונעם חודש. די חב״דניקעס אָנערקענען אויך די גרויסע ראָלע פֿונעם מעזשריטשער מגיד. די עיקר־סיבה איז אָבער — די באַפֿרײַונג פֿון זייער ערשטן רבין, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי.
די מתנגדים האָבן געמסרט דעם „אַלטן רבין‟, דעם גרינדער פֿון דער חב״דסקער שיטה אין חסידות, כּלומרשט ווי אַ געהיימען שטיצער פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, ווײַל ער האָט געזאַמלט געלט פֿאַר אָרעמע ייִדן אין ארץ־ישׂראל. צווישן רוסלאַנד און טערקײַ האָבן דעמאָלט כּסדר אויפֿגעפֿלאַקערט נײַע מלחמות, דערפֿאַר האָט מען פֿאַר אַזאַ טעטיקייט אויפֿן שׂונאס טעריטאָריעס געקאָנט באַקומען אַ טויט־שטראָף ווי אַ פֿאַררעטער. נאָך 53 טעג אַרעסט, האָט דער רבי דערקלערט דער רוסישער רעגירונג, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אויפֿשטענדלערישע כּוונות; אינעם יאָר 1798, דעם 19טן טאָג פֿונעם חודש כּיסלוו, האָט מען אים באַפֿרײַט.
אַזוי צי אַזוי, איז י״ט־כּיסלוו זיכער אַ גרויסער טאָג אין דער חסידישער געשיכטע און ממילא אינעם הײַנטצײַטיקן חסידישן גילגול פֿון ייִדישלאַנד. ווי אַ ראַיה, אַז די דאָזיקע דאַטע האָט פֿון קדמונים אָן געהאַט אַ מיסטישן באַדײַט, ברענגען די חב״דניקעס אַ ציטאַט פֿונעם אַלטן ספֿר „שאלות־ותּשובֿות מן השמים‟. דער מחבר, רבי יעקבֿ הלוי ממרוויש, האָט געוווינט מיט 800 יאָר צוריק אין פֿראַנקרײַך.
„שאלות־ותּשובֿות מן השמים‟ איז גאָר אַן אינטערעסאַנט ווערק. געוויינטלעך, פּסקנט מען די הלכה לויט די כּללים פֿון דער מענטשלעכער לאָגיק. הגם אין די קבלה־ספֿרים ווערן כּסדר דערמאָנט פּראַקטישע אויספֿירן, ווערן חלומות און וויזיעס זעלטן אָנגענומען ווי אַ יסוד פֿאַר פּראַקטישער פּסק־הלכה. להיפּוך, האָט דער דערמאָנטער פֿראַנצויזישער חכם, איינער פֿון די בעלי־תּוספֿות, כּסדר געבעטן די מלאָכים צו ענטפֿערן אויף זײַנע שאלות אין אַ חלום. אין איינעם פֿון זײַנע הימלישע פּסקי־דינים, וואָס האָט צו טאָן מיטן טובֿלען זיך אין מיקווה, ווערט דערמאָנט, אַז דער 19טער כּיסלוו איז דער „יום־הבשׂורה‟, ווען דער באַשעפֿער האָט זיך אַנטפּלעקט דעם מחבר און געענטפֿערט אויף איינער פֿון זײַנע שאלות.
אַזוי צי אַזוי, איז דאָס חסידישע יאָר בכלל פֿול מיט יאָרצײַטן און וויכטיקע ביאָגראַפֿישע מאָמענטן פֿון פֿאַרשיידענע צדיקים. פֿאַקטיש יעדן טאָג איז פֿאַראַן וואָס צו פּראַווען און וועמען צו דערמאָנען ווי אַ גוטן בעטער אין הימל.
דעם באַקאַנטן ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „האָסיף‟ און אַנדערע משׂכּילישע אויסגאַבעס פֿלעגט מען צומאָל באַגלייטן מיטן ייִדישן לוח אין פֿאַרגלײַך מיטן קריסטלעכן קאַלענדאַר. להיפּוך צו כּלערליי דאַטעס לכּבֿוד פֿאַרשיידענע קאַטוילישע און פּראַוואָסלאַוונע פֿיגורן, זעט אויס די ייִדישע זײַט פֿונעם לוח רעלאַטיוו ליידיק. הגם אין דער חסידישער וועלט זאָגט מען אין אַזאַ פֿאַל „להבֿדיל‟, וואָלט די ליסטע פֿון באַקאַנטע חסידישע יאָרצײַטן געקאָנט זיך גרינג פֿאַרמעסטן. אויב מע שרײַבט שוין אַרײַן אינעם ייִדישן לוח די ספּעציפֿישע שׂימחות פֿון די מיזרחדיקע און אַפֿריקאַנער ייִדן, וואָלט מען אויך געדאַרפֿט דערמאָנען די טעג, וואָס זענען וויכטיק אין די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.