עס קומט באַלד דער יום־טובֿ חנוכּה און צוזאַמען מיט אים וועט מען ווידער רעדן פֿון דריידלעך. אַזוי ווי מיט אַ סך זאַכן אין דער ייִדישער געשיכטע, איז די מעשׂה וואָס אַלע קענען פֿון זייערע קינדער־יאָרן וועגן דריידלעך, אין גאַנצן אַן אויסגעטראַכטע. ס׳זענען ניט געווען קיין דריידלעך אינעם אוראַלטן גריכנלאַנד און דאָס דריידל האָט מען ניט אויסגענוצט ווי אַ באַהאַלטן מיטל צו לערנען תּורה. דערצו, האָט דאָס דריידל לכתּחילה גאָרניט געהאַט וואָס צו טאָן מיט חנוכּה אָדער מיט ייִדישע יום־טובֿים בכלל. ס׳איז אַפֿילו ניט געווען קיין ייִדישע שפּיל, נאָר גענומען בײַ אַנדערע פֿעלקער.
אַזוי ווײַט ווי מע קען דערקענען, איז דאָס שפּילעכל, וואָס הייסט הײַנט אַ דריידל (אַנדערע ווערטער אויף ייִדיש: אַ „גורל‟, אַ „וואַרפֿל‟, אַ „טרענדל‟), לכתּחילה געקומען פֿון אירלאַנד קיין דײַטשלאַנד. דאָרטן, אין די שענקען און קרעטשמעס האָבן מענטשן געשפּילט אויף געלט, באַנוצנדיק זיך מיט אַ ריזיקן דריידל, וואָס מע האָט גערופֿן אַ „טיאָטאָטום‟. דער „טיאָטאָטום‟ איז אַזוי אַלט, אַז די אותיות אויף אים האָבן בײַם אָנהייב געשטימט מיט די לאַטײַנישע ווערטער פֿאַר „נישט‟, „האַלב‟, „גאַנץ‟ און „שטעל אַרײַן‟. אין דײַטשלאַנד איז דער „טיאָטאָטום‟ געוואָרן אַ „טרענדל‟ און מע האָט אָנגעהויבן שרײַבן די אותיות אויף אים, אַז זיי זאָלן שטימען מיט די דײַטשישע שפּיל־באַפֿעלן: g, n, s, און h. ווען די ייִדן האָבן אָנגענומען דאָס דריידל און עס געמאַכט מיט ייִדישע אותיות, זענען די פֿיר אותיות געוואָרן „ש‟, „נ‟, „ג‟ און „ה‟. די דאָזיקע אותיות זענען פּשוט געווען אַן אופֿן בעסער צו געדענקען די כּללים פֿון דער שפּיל און צו דערקענען, ווער דאַרף אַרײַנשטעלן (אָדער נעמען) וויפֿל מטבעות.
ווען די דריידלעך זענען אָבער אָנגעקומען אין די ערטער, וווּ די ייִדן האָבן ניט גערעדט ייִדיש, האָבן די אָרטיקע ייִדן ניט פֿאַרשטאַנען, וואָס איז דער באַטײַט פֿון די אותיות אויפֿן דריידל און האָבן דערפֿאַר אָנגעהויבן צו שאַפֿן זייערע אייגענע דערקלערונגען. געוויסע מענטשן האָבן באַמערקט, אַז די פֿיר אותיות קענען רעפּרעזענטירן די פֿיר אַמאָליקע לענדער, וואָס האָבן פּרובירט חרובֿ צו מאַכן ישׂראל (בבֿול, פּערסיע, גריכנלאַנד און רוים). אַנדערע האָבן באַמערקט, אַז לויט דער גימטריא האָבן די אותיות נ, ג, ה, און ש די זעלביקע ווערט ווי די אותיות אינעם וואָרט משיח. ביידע טײַטשן זענען אָבער ווײַט ניט אַזוי באַקאַנט ווי די דערקלערונג, אַז די פֿיר אותיות זענען די ראָשי־תּיבֿות פֿאַר די ווערטער „נס גדול היה שם‟ (אַ גרויסער נס איז געשען דאָרט). אַזאַ טײַטש איז געוואָרן פּאָפּולער בלויז אינעם 18סטן יאָרהונדערט, נאָך דעם ווי די שפּיל איז געוואָרן פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ חנוכּה. פֿון דעם איז, אַ פּנים, אַרויסגעוואַקסן די לעגענדע, אַז דאָס דריידל איז געווען אַ מיטל צו באַהאַלטן דאָס לערנען תּורה פֿון די גריכן בעת די יאָרן האַרט פֿאַר די חשמונאָים.
נאָכן אויפֿקום פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג האָט מען אין ישׂראל ניט בלויז געביטן דעם נאָמען פֿונעם דריידל אויפֿן העברעיִשן „סבֿיבֿון‟ (אַ וואָרט, וואָס אליעזר בן־יהודהס זון האָט אויסגעטראַכט צו פֿינף יאָר), מע האָט אויך געביטן דעם „ש‟ אויף אַ „פּ‟, כּדי די ראָשי־תּיבֿות זאָלן רעפּרעזענטירן דעם זאַץ „נס גדול היה פּה‟ (אַ גרויסער נס איז געשען דאָ). צוליב דעם בײַט און דעם פֿאַקט, וואָס ס׳רובֿ ייִדן קענען הײַנט ניט קיין ייִדיש, ווייסן ס׳רובֿ מענטשן פּשוט ניט, אַז די אותיות אויפֿן דריידל זענען באמת אַ מיטל צו געדענקען די כּללים פֿון דער שפּיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.