(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס׳איז שווער זיך צו דערוויסן עפּעס וועגן ווײַנרײַכס באַציִונג מיט זײַן „דאָקטאָר־פֿאָטער‟, כאָטש ס׳איז קלאָר, אַז וורעדע האָט געהאַט אַ השפּעה אויף ווײַנרײַכס לינגוויסטישע טעאָריעס. (וורעדע האָט געשריבן אַ סך וועגן געמישטע שפּראַכן און „סאָציאַל־לינגוויסטיק‟, ווי ער האָט עס דעמאָלט גערופֿן.) פּראָפֿ’ פֿלײַשער זאָגט, אַז אַ גרויסער חלק פֿונעם „שפּראַכאַטלאַס‟־אַרכיוו איז צעשטערט געוואָרן אין די 1970ער יאָרן, מסתּמא, כּדי צו פֿאַרווישן זײַן נאַצי־פֿאַרגאַנגענהייט. בײַם „ייִוואָ‟ איז פֿאַרבליבן אַ העפֿטל מיט ווײַנרײַכס נאָטיצן פֿון וורעדעס אַ סעמינאַר, וואָס שמערקע קאַטשערגינסקי האָט געפֿונען אין ווילנע נאָך דער מלחמה און געשריבן דערויף: „פֿאַרגראָבן פֿון די היטלער־משחיתים, געפֿונען און אָפּגעשיקט צוריק דעם ד”ר מ. ווײַנרײַך‟.
פֿון בערלין האָב איך געקויפֿט (פֿאַר 15$!) אַ פֿליבילעט קיין ריגע, לעטלאַנד, וווּ איך האָב געפֿונען נאָך שפּורן פֿון אונדזערע פֿילאָלאָגן. דער דירעקטאָר פֿונעם ריגער ייִדישן מוזיי, איליאַ לענסקי, האָט מיר געגעבן די אַדרעסן, וווּ יודל מאַרק האָט געוווינט און וווּ זײַן ברודער, מענדל, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישער שול. פֿון דאָרט בין איך געפֿאָרן דרײַ שעה מיטן אויטאָבוס קיין גאָלדינגען, קורלאַנד, וווּ ווײַנרײַך איז געבוירן געוואָרן. איך האָב געמיינט, אַז גאָלדינגען וועט זײַן אַ לאָך, אָבער פֿאַקטיש איז עס אַ שיין שטעטל, וואָס האָט, ניט קוקנדיק דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ניט געליטן צו פֿיל אין דער מלחמה. לענסקי האָט מיר אויך געגעבן דעם אַדרעס, וווּ די משפּחה ווײַנרײַך האָט געוווינט — דווקא אַ ציכטיק הויז, וואָס שטייט אויף דער הויפּט־גאַס און איז הײַנט באַצירט מיט נאַטור־מאָלערײַען. (דער פֿילאָלאָג און קדוש זעליג קלמנאָוויטש איז אויך געווען פֿון גאָלדינגען, אָבער ניט איך און ניט לענסקי האָבן געוווּסט זײַן אַדרעס.)
אַריבער דער גרענעץ קיין ליטע, האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין פּאַלאָנגע, וווּ די משפּחה מאַרק האָט געלעבט — אַ שטעטל בײַם ים, וואָס איז נאָך הײַנט אַ פּאָפּולער וואַקאַציע־אָרט און קוראָרט זומער־צײַט. צום באַדויערן, האָט מען דאָרט אַלצדינג איבערגעבויט אויף ס׳נײַ, אַזוי אַז זייער ווייניק איז פֿאַרבליבן פֿון פֿאַר דער מלחמה. דאָס בעסטע, וואָס איך האָב געפֿונען, איז אַ וווּנדערלעכער בורשטין־מוזיי, וואָס ווײַזט ניט בלויז דעם בורשטין אַליין (מיט די קליינע פּרעהיסטאָרישע חיהלעך, וואָס זײַנען פּרעזערווירט געוואָרן אינעם בורשטין), נאָר אויך די מכשירים, מיט וועלכע די אַמאָליקע בורשטין־שניצער האָבן עס באַאַרבעט. מאַרקס טאַטע איז געווען אַ רײַכער בורשטין־סוחר און אַליין אַ געניטער שניצער — אַזוי ווי ער דערציילט אין זײַנע זכרונות (געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ אונטער „דעם טאַטנס בורשטין־געשעפֿט‟).
דערנאָך האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אויף עטלעכע טעג אין ווילנע, די אַמאָליקע ירושלים ד׳ייִדישע פֿילאָלאָגיע. דאָרט האָב איך זיך אַוודאי אַנטוישט, וואָס אויפֿן אָרט פֿונעם „ייִוואָ‟, 18 וויוווּלסקי־גאַס, שטייט הײַנט עפּעס אַ מאָדערנער בנין מיט דירות און אַ שפּילפּלאַץ פֿאַר קינדער — אַפֿילו קיין שילד ניט! דעם ייִוואָס ערשטער אַדרעס, אין ווײַנרײַכס דירה אויף גרויס־פּאָהולאַנקע־גאַס, שטייט נאָך, און ס׳איז קענטיק פֿריִער געווען זייער אַ שיינער בנין, ממש אַ פּראַכט. אָבער בשעת אַ סך אַנדערע בנינים פֿון יענער צײַט האָט מען רעמאָנטירט, איז דער דאָזיקער בנין אין אַ שלעכטן מצבֿ; פֿון הינטן זעט מען נאָך די לעכער פֿון די קוילן, געבליבן פֿון די מלחמה־יאָרן. מע דאַרף האָפֿן, אַז די ווילנער וועלן דאָרט בקרובֿ מאַכן אַ רעמאָנט, אַזוי ווי זיי האָבן עס געטאָן מיט זלמן רייזענס בנין אַריבער דער גאַס (וווּ עס וווינט הײַנט — ניט צופֿעליק — דער פֿילאָלאָג הירשע־דוד קאַץ).
מײַן נסיעה האָט זיך געענדיקט אין וואַרשע, וווּ איך האָב טאַקע פֿאַרגעסן צו זוכן די שפּורן פֿון נח פּרילוצקי. מײַן זיידע האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט אַ מאָל באַגעגנט פּרילוצקין פֿאַר דער מלחמה, ווען ער האָט געהערט צו אַ קאָמוניסטישער יוגנט־גרופּע, אַ מין ספּאָרט־קלוב. ווען סטאַלין האָט אויפֿגעלייזט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אין פּוילן אין 1938, איז דעם זיידנס גרופּע געקומען צו פּרילוצקין אַהיים און אים געבעטן צו נעמען זי אונטער זײַן אָפֿיציעלן פּאַטראָנאַט, כּדי זי זאָל קענען ווײַטער עקסיסטירן. פּרילוצקי, וואָס איז ניט געווען קיין גרויסער קעגנער פֿון די קאָמוניסטן, האָט מסכּים געווען.
צי די מעשׂה איז טאַקע אמת, וועל איך שוין קיין מאָל ניט וויסן. און פּרילוצקיס הויז, וווּ די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען, וועל איך מסתּמא קיין מאָל ניט געפֿינען — ווײַל 90% פֿון דער שטאָט איז צעשטערט געוואָרן. אָבער צופֿעליק האָב איך געוווינט אין וואַרשע אין אַ דירה צוזאַמען מיט אַ מאָדערנעם פֿילאָלאָג, אונדזער „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט איציק גאָטעסמאַן, וואָס האָט געשריבן וועגן פּרילוצקין אין זײַן בוך פֿון די פּויליש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. מיר זײַנען צוזאַמען מיט יאַנינאַ וווּרבס געגאַנגען אויפֿן גרויסן וואַרשעווער בית־עולם און געזוכט די מצבֿות פֿון ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער. איז אויב מיר האָבן ניט געפֿונען דאָס פֿיזישע אָרט, וווּ פּרילוצקי האָט געלעבט און איז געשטאָרבן (ער איז טאַקע אומגעקומען אין ווילנע), האָט זײַן געדעכעניש אונדז דאָרט באַגלייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.