ווען טאַטע־מאַמע דערציִען הײַנט די קינדער אויף ייִדיש, קאָן עס זיי ברענגען אַ סך נחת, אָבער ס׳איז אויך אַ גרויסע האָרעוואַניע, וואָס פֿאָדערט געדולד און עקשנות — סײַדן די משפּחה געהערט צו אַ חסידישער קהילה, וווּ מע הערט ייִדיש אומעטום.
ווי איינע, וואָס האָט געמאַכט אַ מאַגיסטער אין קינדער־דערציִונג, איז מיר קלאָר ווי דער טאָג, אַז איינע פֿון די וויכטיקסטע זאַכן בײַם דערציִען קינדער אויף ייִדיש איז זיי צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. ס׳קען נישט זײַן בלויז אַ מאַמע־לשון (אָדער טאַטע־לשון); ס׳דאַרף אויך ווערן אַ „חבֿר־לשון‟. אויב נישט, קאָן ייִדיש מיט דער צײַט ווערן בײַ די קינדער אומרעלעוואַנט און אומאינטערעסאַנט.
אין דער ניו־יאָרקער געגנט ווייס איך פֿון בערך זעקס נישט־חסידישע משפּחות, וווּ איינער אָדער ביידע עלטערן דערציִען הײַנט קליינע קינדערלעך אויף ייִדיש. מיט אַ צוויי יאָר צוריק האָבן זיי אָנגעהויבן צונויפֿברענגען די קינדער עטלעכע מאָל אַ חודש, אָבער מיט דער צײַט האָבן די טרעפֿונגען זיך אָפּגעשטעלט. כ׳האָב שטאַרק געוואָלט העלפֿן אויפֿצולעבן די שפּילגרופּע. צווישן די יאָרן 1983 און 2000 האָב איך טאַקע אָנגעפֿירט, מיט דער הילף פֿון עטלעכע מיט־לערער, מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער קינדער־גרופּע, „פּריפּעטשיק‟, יעדן זונטיק אין דער פֿרי. דאָרט האָבן די קינדער געמאַכט האַנטאַרבעט־און־קונסט, זיך געטיילט מיט שפּילעכלעך, געזונגען לידער, געהערט קינדער־מעשׂיות, און אַפֿילו צוגעגרייט מאכלים — אַלץ אויף ייִדיש.
האָב איך באַשלאָסן ווידער אויפֿצולעבן „פּריפּעטשיק‟, כאָטש איין מאָל אַ חודש, אַז די דאָזיקע קינדער זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט צו הערן און רעדן ייִדיש מיט זייערע מיטצײַטלער. אונדזער ערשטע טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל, און זינט דעמאָלט איז עס געוואָרן אַ חודשלעכע טראַדיציע. די משפּחות טרעפֿן זיך בײַ מיר אין גאָרטן, מע עסט אַ גיכע פּיצע צוזאַמען, און דערנאָך פֿיר איך אָן מיט די קינדער פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, בעת די עלטערן זיצן בײַ דער זײַט.
אַ סך פֿון די שפּילן זענען אימפּראָוויזירטע. ווי אַ מיטל אויסצולערנען די קינדער אַלעמענס נעמען, למשל, וואַרפֿן מיר זיך איבער מיט אַ פּילקע, און יעדעס מאָל וואָס איינער וואַרפֿט די פּילקע אַ צווייטן, מוז ער אויסשרײַען זײַן נאָמען.
אַ מאָל ניצן מיר די גאָרטן־מכשירים, צו שאַפֿן אַ שפּיל. איך כאַפּ אָן, למשל, דאָס הענטל פֿון אַ שפּײַזוואָגן; כ׳הייס די קינדער זיך אָנהאַלטן, איינס נאָכן צווייטן, ווי די וואַגאָנען פֿון אַ באַן, און מיר פֿאָרן! דערבײַ זינגען מיר עטלעכע באַן־לידלעך, ווי למשל, מיכל געלבאַרטס ליד:
די באַן איז אַ לאַנגע, אַ לאַנגע אַזאַ!
עס קלאַפּן די רעדער, טאַטאַ־טאַטאַ־טאַטאַ…
עס ציט זיך און ציט זיך, וואַגאָן צו וואַגאָן
און אָט איז אַ סטאַנציע — גלין, גלאָן, גלין, גלאָן!
— ווי אויך ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס לידל (פֿונעם קאָמפּאַקטל, „פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג‟):
עס פֿאָרט און פֿאָרט און פֿאָרט אַ באַן
ביז זי קומט אין שטאָט אַרײַן
עס דרייען זיך די רעדער, זיי דרייען זיך כּסדר
או־ו־ו־ו־ו! פֿאָרט אַ באַן אין שטאָט אַרײַן, פֿאָרט אַ באַן אין שטאָט אַרײַן…‟
צוליב דעם וואָס מיר טרעפֿן זיך אין דרויסן, פּרוּוון מיר צופּאַסן די אַקטיוויטעטן צו די סעזאָנען. בעת אונדזער טרעפֿונג אין אָקטאָבער האָבן די קינדער צונויפֿגעזאַמלט די פֿילפֿאַרביקע אַראָפּגעפֿאַלענע בלעטער און געמאַכט קאָלאַזשן פֿון זיי אויף פּאַפּיר. דערנאָך האָבן זיי זיך אויסגעלערנט שעכטער־גאָטעסמאַנס לידל „בלעטעלעך אין ווינט‟.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די קינדער צונויפֿגעשאַרט די בלעטער פֿון גאָרטן אין אַ קופּע און צום סוף — אַרײַנגעשפּרונגען אין איר! מיר האָבן אויך געמאַכט לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה און איך האָב זיי פֿאָרגעלייענט י. גויכבערגס ליד וועגן דער מעשׂה פֿון חנוכּה („מיט הונדערטער, הונדערטער יאָרן צוריק, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געלעבט נאָך אין גליק…‟) באַגלייט מיט וואַסער־פֿאַרב אילוסטראַציעס פֿון אַן ענגליש קינדערביכל.
אַוודאי, וואָלט דאָס אַלץ נישט געווען מעגלעך, ווען די משפּחות וואָלטן זיך נישט אַליין אָנגעטאָן אַ כּוח צו פֿאַרבעסערן די ייִדיש־קענטשאַפֿט פֿון זייערע קינדער. שמועסנדיק מיט די עלטערן לעצטנס, איז מיר געווען אינטערעסאַנט צו הערן וואָס זיי טוען אין שטוב וואָס שייך ייִדיש, בפֿרט אַז ס׳רובֿ עלטערן דערציִען זיי נישט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף אַ צווייטער נישט־ענגלישער שפּראַך, אַזוי אַז אָפֿט מאָל „קאָנקורירט‟ ייִדיש מיט כאָטש איין אַנדער לשון.
ס׳איז ספּעציעל אינטערעסאַנט צו הערן וואָסערע ייִדישע ביכער די הײַנטיקע קינדער האָבן ליב צו הערן. כאָטש הײַנט קען מען נאָך אַלץ באַקומען די קלאַסישע קינדערביכער פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן דורכן „ייִדישן ביכער־צענטער‟, לייענען די עלטערן אויך פֿאָר פֿאַר זיי געוויסע מאָדערנע קינדערביכער — בפֿרט די פֿילפֿאַרביקע פֿון די חסידישע קרײַזן.
הערשל גלעזער רעדט ייִדיש מיט זײַן 4־יאָריקן זון, סענדערל, בשעת זײַן פֿרוי, גאָשאַ רעדט מיט אים פּויליש (אָבער בלויז, ווען זי איז אַליין מיט אים; ווען אַלע דרײַ זענען צוזאַמען רעדט מען ייִדיש.) ווען זיי גייען צום אָרטיקן חב״ד שבת אין דער פֿרי, רעדט דער רבֿ אויך ייִדיש מיט סענדערן.
דערצו האָבן די גלעזערס „אַ גאַנץ בכּבֿודיקע ביבליאָטעק אויף דרײַ שפּראַכן,‟ האָט הערשל געזאָגט. וואָס זענען סענדערס באַליבטסטע ייִדישע ביכלעך? „אַ געוויסע צײַט האָבן מיר אָן אַ סוף געלייענט ׳די קאַץ דער פּאַיאַץ׳ (//www.yiddishcat.com/), אָבער איצט איז ער זייער אַרײַנגעטאָן אין לערנען דעם אַלף־בית.‟ פֿאַר דעם צוועק ניצן זיי אַניק פּרים מאַרגוליעס „הוליעט קינדערלעך‟ (פּובליקירט פֿון דער „מעדעם־בילביאָטעק‟).
מאַשע פֿאָגעל, וואָס האָט זיך לעצטנס אַריבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק פֿון פּאַריז, רעדט ייִדיש מיט איר 7־יאָריק ייִנגעלע, סאַשינקע, און 3־יאָריק מיידעלע, לאהלע; און דער טאַטע רעדט מיט זיי פֿראַנצייזיש. כאָטש ביידע קינדער פֿאַרשטייען ייִדיש, ענטפֿערן זיי דער מאַמען כּמעט אין גאַנצן אויף פֿראַנצייזיש. „מיט אַנדערע מענטשן רעדן זיי יאָ ייִדיש — האָט מאַשע דערקלערט — ווי, למשל, מיט מײַן טאַטן, וואָס איז געווען בײַ אונדז אין ניו־יאָרק אַ וואָך צײַט, און אויך מיט זייער מומע, וואָס קען בלויז ענגליש און ייִדיש.‟ (דערווײַל קענען די קינדער נאָך נישט קיין ענגליש).
מאַשע לייענט זיי פֿאָר ייִדישע ביכלעך יעדן אויפֿדערנאַכט, איידער זיי לייגן זיך שלאָפֿן. אַ באַליבט ביכל בײַ זיי איז „מעשׂהלעך פֿאַר קינדער‟, פֿון מעקסיקע — אַ זאַמלונג פֿון דערציילונגען ווי, למשל, „מײַזעלע גנבֿ‟. זיי האָבן אויך ליב צו זינגען ייִדישע לידער ווי „האָבן מיר אַ ניגונדל‟ און „די גאָלדענע פּאַווע‟. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מאַשע און לאהלע געזען דעם פֿילם „פּורים־שפּילער‟ מיט מרים קרעסין, און צוויי מאָל אַ וואָך לערנט מאַשע סאַשינקען לייענען ייִדיש.
ברוך מיטשעל איז נאָך מער אַמביציעז: ער רעדט מיט זײַנע פֿיר קינדערלעך ייִדיש, פֿראַנצייזיש און דײַטש. ייִדיש רעדט ער מיט זיי אַ גאַנצן שבת, אין שיל, ווי אויך יעדן אָוונט בײַם לייגן זיי שלאָפֿן. בעת ער פֿירט זיי אין שול אַרײַן אין דער פֿרי (אַ שטיקל מהלך, ווײַל ער וווינט אין מאַסאַטשוסעטס, אָבער די ייִדישע טאָגשול איז אין קאָנעטיקאָט), זינגען זיי ייִדישע לידער.
„זיי האָבן ספּעציעל ליב די חסידישע לידלעך ווי ׳אַ גוט מאָרגן דיר, ייִנגעלעך און מיידעלעך׳, און ׳אַ נײַער טאָג׳, ווי אויך ׳שבת זאָל זײַן׳,‟ האָט ברוך געזאָגט. ווען זיי פֿאָרן אין וויליאַמסבורג, צו קויפֿן קינדערביכלעך און קאַסעטן, פּרוּווט זײַן עלטסט קינד, איידען, וואָס איז 6 יאָר אַלט, צו לייענען די ייִדישע שילדן אויף די געשעפֿטן; און פֿרײַטיק אין דער פֿרי קוקן די ייִנגערע קינדער אויף דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם Yiddish Pop.
דוד פֿישמאַנס און אליסה בן־פּורתס צוויי קינדער — סאָניע, 6, און עליע, 10 — רעדן ביידע פֿליסיק ייִדיש (מיטן טאַטן) און איטאַליעניש (מיט דער מאַמען). ווען עס קומט צום ייִדיש־לימוד, באַציט זיך דוד אַנדערש צו סאָניען ווי צו עליען, צוליב דעם אונטערשייד אין זייער עלטער און פּערזענלעכקייט.
סאָניע האָט שטאַרק ליב, ווען דוד דערציילט איר דעם אינהאַלט פֿונעם בוך זכרונות „מיטן פֿאַרוואָרלאָזטן קינד‟ פֿון טילטשע טיקטין פֿערטיג (תּל־אָבֿיבֿ, 1967). קיין קינדערבוך איז עס נישט, אָבער פֿרוי פֿערטיג באַשרײַבט פּרטימדיק די גאַסנקינדער אין ווילנע, פֿאַר וועמען זי האָט געשאַפֿן אַ קינדערהיים. דאָס זענען געווען גנבֿים, קעשענע־גנבֿים, בעטלער און שלעגער, צווישן 8 און 12 יאָר אַלט. „סאָניע איז פֿאַסצינירט פֿון דעם, בפֿרט פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וווּ מע זעט ווי די קינדער זעען אויס, נאָכן נישט האָבן געבאָדן זיך יאָרן לאַנג,‟ האָט דוד געזאָגט. „אָבער די מחברטע שאַפֿט זייער רירנדיקע פּאָרטרעטן פֿון יעדן קינד באַזונדער — ווי זיי זענען, למשל, געשלאָפֿן אין באַהעלטענישן אונטער דער גאַס.‟
מיט עליען, וואָס איז פֿיר יאָר עלטער, האָט דוד שוין איבערגעלייענט שלמה סײַמאָנס ביכער, „דאָס קלוגע שנײַדערל‟ און „שמערל נאַר‟, און איצט לייענט ער אים פֿאָר „בערעלע‟ פֿון נחום כאַנין — די זכרונות פֿון אַ יונגן בונדיסט. „ס׳איז זייער דראַמאַטיש,‟ האָט דוד דערקלערט. „מע אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אים, מע מאַכט באָמבעס, מע זיצט אין תּפֿיסה, מע שלאָגט זיך און דערנאָך אַנטלויפֿט מען. פֿאַר עליען איז דאָס אַלץ זייער פֿאַרכאַפּנדיק.‟
במשך פֿון די קומעדיקע חדשים וועט זײַן אינטערעסאַנט צו זען, צי דער ייִדישער ווערטער־אוצר וועט בײַ די קינדער זיך פֿאַרבעסערן, אַ דאַנק די ביכער, וואָס זיי לייענען און די לידער, וואָס זיי זינגען. דערווײַל וועלן מיר זיך ווײַטער טרעפֿן יעדן חודש אויף פּיצע און ייִדיש־שפּילערײַ אונטערן פֿרײַען הימל. האָפֿנטלעך, וועט דאָס שפּילן זיך מיט אַנדערע קינדער אויף ייִדיש אויך שאַפֿן אַ וואַרעמען צוגאַנג צו דער שפּראַך, אוון זיי מוטיקן עס צו רעדן אַלץ בעסער און אָפֿטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.