זינט די אייראָפּעער האָבן „אַנטדעקט“ אַמעריקע האָבן זיך דאָ באַזעצט ווער ווייסט וויפֿל מיליאָנען מענטשן, קודם־כּל, פֿון מערבֿ־אייראָפּע, דערנאָך פֿון דרום־ און מיזרח־אייראָפּע, אַזיע, אַפֿריקע און לאַטײַן־אַמעריקע. אַז די אַלט־געזעסענע, ד״ה, די אינדיאַנער, איז פֿון דער אימיגראַציע קיין סך גוטס נישט אַרויס, איז דאָך קלאָר, נאָר נישט דאָס זענען מיר דאָ אויסן.
געווען אין דער „ניו יאָרק טײַמס“ אַן אַרטיקל, פֿון אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון געשיכטע מיטן נאָמען טאַראַ זאַהראַ, וועגן דעם, אויף וויפֿל די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען באמת אַ „גאָלדענע מדינה“. לויט דער שרײַבערין, און נישט נאָר לויט איר, מיינען מיר אַמעריקאַנער, אַז ווען מע זאָלן עפֿענען די טויערן פֿונעם לאַנד, וואָלטן זיך אַהערגעקומען באַזעצן אַלע איבער זעקס מיליאַרד מענטשן, וואָס געפֿינען זיך אויף אונדזער ערד. וויל פּראָפֿ׳ זאַהראַ אַרויסברענגען דעם מער קאָמפּליצירטן אמת, אַז נישט יעדער וויל קומען אַהער; חוץ דעם, גיט זיך נישט יעדן אײַן זיך אַרויפֿצואַרבעטן און ווערן דאָ אַ גליקלעכער.
אמת, דאָ האָבן זיך יאָ אַרויפֿגעאַרבעט אַ סך נײַ־געקומענע, ייִדן און נישט־ייִדן. די וואָס האָבן אײַנגעשטעלט און אַוועק פֿון דער היים זענען נישט געווען די סאַמע אָרעמסטע — יענע האָבן זיך נישט געקענט פֿאַרגינען קיין שיפֿסקאַרטע — ווי אויך נישט די סאַמע רײַכע, וואָס האָבן גוט געלעבט אין דער אַלטער היים און האָבן נישט געהאַט פֿאַר וואָס עוקר צו זײַן. געקומען זענען די אין מיטן: די וואָס האָבן אָפּגעשפּאָרט גענוג געלט אויף אַ שיפֿסקאַרטע און האָבן געהאַט גענוג טאַלאַנט און אַמביציע צו זוכן עפּעס בעסערס אין דער פֿרעמד. אָבער נישט אַלע האָט זיך עס אײַנגעגעבן, ווי ס׳שרײַבט פּראָפֿ׳ זאַהראַ. סוף 19טן־אָנהייב 20סטן י״ה, ווען אַהער זענען געקומען נישט בלויז עטלעכע מיליאָן ייִדן, נאָר נאָך מער מיליאָנען פֿון אַנדערע לענדער און פֿעלקער, איז שוין געווען אַזוי: גענוג געקומענע האָבן אויפֿגעהויבן די הענט און זיך אומגעקערט אין דער אַלטער היים.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור סײַ דאָ אין אַמעריקע, סײַ נאָך אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען צו דעם לאַנד זייער געמישטע געפֿילן. דאָס וואָס ס׳איז דאָ אַ גאַנצער זשאַנער נאָסטאַלגישע לידער וועגן דער אַלטער היים, איז קיין ראַיה נישט; ווער בענקט עס נישט נאָך די יונגע יאָרן, אַפֿילו ווען ער איז דעמאָלט געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און איצט איז ער אַ גבֿיר? זעט איר, חיים טאַובערס „מאָלעוו מײַן שטעטעלע“ ברענגט אַרויס ביידע זײַטן פֿון דער מטבע: פֿון איין זײַט, איז ער גליקלעך וואָס ער וווינט „אינעם געבענטשטן לאַנד אַמעריקע“, אָבער ער בענקט אויך נאָך די יונגע יאָרן, ווײַל דאָס איז די מענטשלעכע טבֿע. הײַנט דאָס ליד „די גרינע קוזינע“? זי איז אָנגעקומען מיט גרויסע האָפֿענונגען, אָבער נאָך יאָרן איבעראַרבעטן זיך און שלעכט פֿאַרדינען גיט זי, כּידוע, אַ רוף אויס: אַז „ברענען זאָל קאָלאָמבוסעס מדינה!‟
לאָמיר אויך קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן, אַז פֿון אַמעריקע איז ווײַט נישט געווען קיין חסיד אונדזער גרויסער שלום־עליכם. ווײַל ס׳זענען אים אין רוסלאַנד נישט געגאַנגען די געשעפֿטן איז ער געקומען אַהער פֿאַרדינען פֿון זײַנע פּיעסעס, נאָר ער איז דורכגעפֿאַלן און אַוועק אַ פֿאַרביטערטער. ס׳צווייטע מאָל געקומען אַהער, איז ער דאָ שוין געשטאָרבן; געבעטן האָט ער, מע זאָל אים מקבר זײַן אין קיִעוו, נאָר צוליב דער וועלט־מלחמה האָט מען אים געברענגט צו קבֿורה דאָ אין ניו־יאָרק. בלײַבט ער שוין דאָ אויף אייביק, נישט־געקוקט אויף זײַן בקשה בײַם לעבן. און אין זײַנע שריפֿטן האָט ער קלאָר אַרויסגעברענגט זײַן באַציִונג צו אַמעריקע.
נעמט, אַ שטייגער, „בערל אײַזיק“, דער כּתרילעווקער ייִד, וואָס פֿאָרט קיין אַמעריקע און, שוין צוריק אין כּתרילעווקע, דערציילט ער די וווּנדער־מעשׂיות, וואָס ער האָט דאָרטן געזען. אַמעריקע איז „ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש, מע שאַרט גאָלד“. אָבער נישט אַלע: „אַ פֿרײַע מדינה! איר קענט אײַך געשוואָלן ווערן פֿון הונגער, אויסציִען זיך אין גאַס, וועט אײַך קיינער נישט שטערן, קיין וואָרט נישט זאָגן…“
אויך זײַן גרעסטער העלד, טבֿיה דער מילכיקער, האָט פֿון אַמעריקע נישט געהאַלטן. אַז ס׳האָט שוין געהאַלטן בײַ דער סדרה „לך לך“, ווען מע האָט אים אָנגעזאָגט, אַז אים מיט אַלע אַנדערע ייִדן שיקט מען אַרויס פֿון די דערפֿער, האָט ער אַזוי געזאָגט:
„דערווײַל גיי איך אין שטאָט… דאָרט זענען דאָך פֿאַראַן עפּעס ייִדן, פֿאַראַן אַ רבֿ, מסתּמא וועט מען אונדז שוין אַ עצה געבן: אַמעריקע, צי אַרגענטינע, צי פּאַלעסטינע, צי ארץ־ישׂראל… איך וואָלט אַפֿילו בעסער געוואָלט קיין ארץ־ישׂראל. וואָרעם וואָס וועל איך טאָן אויף די עלטערע יאָרן אין אַמעריקע? אַז ניט זיי פֿאַרשטייען מײַן לשון, ניט איך פֿאַרשטיי זייער לשון…“ דערמיט האָט זיך שלום־עליכם אָפּגערעכנט מיט דעם לאַנד, וווּ ער איז געווען אין גאַנצן פֿרײַ און געמיינט צו שאַרן גאָלד, נאָר וואָס אינעם דאָרטיקן עולם האָט ער זיך אַזוי ביטער גענאַרט.
דער שפּיץ דערפֿון איז אָט וואָס: אַז „פֿידלער אויפֿן דאַך“ איז ווידער אַ מאָל אַרײַן אין דער מאָדע, מוזן מיר אויך איבערגעבן אַ מיינונג: די גרעסטע עוולה פֿון „פֿידלער“ איז אפֿשר דאָס, וואָס נישט־געקוקט אויף שלום־עליכמס אַזוי נישט האַלטן פֿון אַמעריקע, וויל טבֿיה נוסח „פֿידלער“ נישט אַנדערש, נאָר אַוועק פֿון רוסלאַנד און אָנקומען אין דער „גאָלדענער מדינה‟, אַמעריקע. וואָלט שלום־עליכם אַזוי געהאַלטן, איז מילא, נאָר…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.