די דריטע פֿעסטונג

The Third Fortress

חורבנות פֿון דער פֿעסטונג מכוור אויפֿן הינטערפֿאָן פֿון ים־המלח. אויבן: מטבעות, וואָס מע האָט געפֿונען צווישן די חורבנות.
Wiki Commons
חורבנות פֿון דער פֿעסטונג מכוור אויפֿן הינטערפֿאָן פֿון ים־המלח. אויבן: מטבעות, וואָס מע האָט געפֿונען צווישן די חורבנות.

פֿון וועלוול טשערנין

Published December 06, 2015, issue of December 25, 2015.

נאָך דעם, ווי די רוימער האָבן פֿאַרכאַפּט ירושלים אינעם יאָר 70 לויט דער נײַער צײַטרעכענונג, האָט דער ווידערשטאַנד פֿון די ייִדישע אויפֿשטענדלער זיך קאָנצענטרירט אַרום דרײַ פֿעסטונגען: מצדה, הרודיון (העראָדיאָן) און מכוור (מיכוואַר). אַזוי שרײַבט יוסף פֿלאַוויוס (יוסף בן־מתּתיהו) אין זײַן בוך „געשיכטע פֿון דער ייִדישער מלחמה. אַלע קענען די פֿעסטונג מצדה. סיקריקים, די לעצטע באַשיצער פֿון מצדה בראָש מיט אלעזר בן־יאיר, וועלכע זײַנען באַגאַנגען אַ קאָלעקטיוון זעלבסטמאָרד, כּדי זיך ניט אונטערגעבן די רוימער, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ לעגענדע און אין אַ נאַציאָנאַלן סימבאָל אין ישׂראל.

עטוואָס ווייניקער איז באַקאַנט הרודיון. ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה פֿון 1967 איז די פֿעסטונג געווען אונטערן קאָנטראָל פֿון יאָרדאַניע. זינט דעמאָלט אָן האָבן די ישׂראלדיקע אַרכעאָלאָגן (קודם־כּל, דער פּראָפֿעסאָר אהוּד נצר, ז״ל) אַנטדעקט אַ סך סודות פֿון אָט דעם פּאַלאַץ, און די פֿעסטונג הרודיון איז אויך געוואָרן אַ פּאָפּולערער טוריסטישער אָביעקט. די הויפּט־אַטראַקציע אין אים איז הײַנט צו טאָג דער קבֿר פֿונעם מלך הורדוס, וועלכער איז דאָ אָפּגעזוכט געוואָרן.

גאַנץ ווייניק ווייסט מען וועגן דער דריטער פֿעסטונג, מכוור, אויפֿן מיזרח־ברעג פֿון ים־המלח, אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער כאַשימיטישער קעניגרײַך יאָרדאַניע. נישט געקוקט אויף דעם שלום־אָפּמאַך צווישן מדינת־ישׂראל און יאָרדאַניע, קומען די ישׂראלדיקע און בכלל ייִדישע טוריסטן אין מכוור ניט זייער אָפֿט.

די פֿעסטונג מכוור איז אויפֿגעבויט געוואָרן בערך אינעם 90סטן יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג דורכן מלך פֿון יהודה אַלכּסנדר ינאַי. אינעם יאָר 57 פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג איז מכוור רויִנירט געוואָרן דורך די רוימער, ווײַל אָט די פֿעסטונג האָט געדינט ווי אַ באַזע פֿונעם ייִדישן פּרינץ אַלכּסנדר דעם צווייטן (אַן אייניקל פֿונעם מלך אַלכּסנדר ינאַי), וועלכער איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן פֿעטער, דעם מלך הורקנוס דעם צווייטן, וואָס איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך רוים. אינעם 30סטן יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג איז מכוור אויפֿגעבויט געוואָרן פֿון דאָס נײַ דורכן מלך הורדוס. ער האָט פֿאַרוואַנדלט די פֿעסטונג אין דער הויפּט־באַזע פֿון זײַן מיליטער אין עבֿר־הירדן. מכוור איז געווען באַזונדערס וויכטיק, ווײַל ניט ווײַט אױף דרום פֿון דער פֿעסטונג איז געווען די גרענעץ פֿון דער נאַבאַטיייִשער מלוכה. די באַציִונגען צווישן ממלכת־יהודה און די נאַבאַטייער זײַנען געווען פֿײַנטלעכע. הורדוס האָט אויסגעבויט אַ מעכטיקע פֿעסטונג מיט מױערן, וואָס זייער הייך איז געווען 30 מעטער, און מיט דרײַ טורעמס. אין דער מיט האָט ער אויסגעבויט אַ פּאַלאַץ. חוץ דעם, האָט דער מלך געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון וואַסער־באַזאָרגונג פֿאַר דער פֿעסטונג און פֿאַר דעם פּאַלאַץ. מכוור איז געווען גוט באַשיצט צווישן אַנדערס צוליב דעם, וואָס די פֿעסטונג געפֿינט זיך אויף אַ הויכן באַרג (1100 מעטער איבערן ים־פֿלאַך) און איז אַרומגערינגלט מיט טיפֿע גרובן.

„הינריכטונג פֿון יוחנן דעם באַפּטיסט”. בילד פֿון קאַראַוואַדזשאָ, 1608
Wiki Commons
„הינריכטונג פֿון יוחנן דעם באַפּטיסט”. בילד פֿון קאַראַוואַדזשאָ, 1608

נאָך הורדוסעס פּטירה איז מכוור איבערגעגאַנגען בירושה צו זײַן זון הורדוס אַנטיפּאַס, דעם טעטראַרך פֿון גליל און פּערייע (אַזוי האָט מען דעמאָלט גערופֿן די באַפֿעלקערטע מיט ייִדן ראַיאָנען פֿון ארץ־ישׂראל אויפֿן מיזרח־ברעג פֿונעם ירדן. לויטן עוואַנגעליאָן (מאַרקוס און מתּי) האָט דער טעטראַרך הורדוס אַנטיפּאַס געקעפּט יוחנן דעם באַפּטיסט. די קריסטן גלייבן, אַז דאָס איז געשען דווקא אין דעם פּאַלאַץ פֿון דער פֿעסטונג מכוור.

אינעם יאָר 66 לויט דער נײַער צײַטרעכענונג, אין סאַמע אָנהייב פֿונעם ערשטן גרויסן ייִדישן אויפֿשטאַנד, וואָס יוסף בן מתּתיהו רופֿט אים אָן „די ייִדישע מלחמה”, איז מכוור פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך די סיקריקים. די פֿעסטונג איז געבליבן אין זייערע הענט ביז 72סטן יאָר, װען דער רוימישער לעגיאָן־„צענטער” האָט באַלאַגערט די פֿעסטונג. בראָש פֿון די רוימער איז געשטאַמען דער לעגאַט סעקסטוס לוסיִוס באַסוס, וועלכער האָט שוין באַוויזן צו יענער צײַט פֿאַרכאַפּן די פֿעסטונג הרודיון. ער האָט געגעבן אַ באַפֿעל אויסצובויען אַ הרעבליע, כּדי גובֿר צו זײַן די גרובן און תּהומען, וואָס רינגלען אַרום די פֿעסטונג מכוור; אָבער נאָך איידער די רוימער האָבן באַוויזן אַטאַקירן די מױערן פֿון מכוור, מיט דער הילף פֿון דער הרעבליע, זײַנען די באַשיצער געקומען מיט די רױמער צו אַ הסכּם, אַז מע וועט זיי דערלויבן צו פֿאַרלאָזן די פֿעסטונג. און אַזוי איז טאַקע געווען. נאָך דעם, ווי די סיקריקים האָבן פֿאַרלאָזט די פֿעסטונג, האָבן די רוימער זי חרובֿ געמאַכט.

אָבער דער אוראַלטער נאָמען „מכוור” האָט זיך פֿאָרט אָפּגעהיט ביז הײַנטיקע טעג, זאָל זײַן אין אַ פֿאַרקריפּלטער פֿאָרעם, אינעם נאָמען פֿונעם דערבײַיִקן אַראַבישן דאָרף מוקאַוויר. אָט דער פֿאַקט האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די אייראָפּעיִשע פֿאָרשער נאָך אין אָנהייב 19טן יאָרהונדערט.

זינט 1968 האָבן זיך אין די חורבנות פֿון מכוור אָנגעהויבן אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען. אין זיי האָבן גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל די אַמעריקאַנער פֿאָרשער פֿונעם אוניווערסיטעט אין דעם שטאַט מיסיסיפּי. צווישן אַנדערס זײַנען דאָ געפֿונען געוואָרן מטבעות פֿונעם רוימישן קיסר טראַיאַנוס (געקעניגט אין 98־117). דאָס זאָגט עדות וועגן דעם, אַז אַ בײַוועזנהייט פֿונעם רוימישן מיליטער האָט זיך אָפּגעהיט אין מכוור אויך אינעם אָנהייב צווייטן יאָרהונדערט. אפֿשר איז דאָס געווען פֿאַרבונדן מיטן מעכטיקן, אָבער ווייניק באַקאַנטן אויפֿשטאַנד פֿון די ייִדישע תּפֿוצות, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 115־117; נעסטן פֿון אָט דעם אויפֿשטאַנד זײַנען דאָך געווען אויך אין ארץ־ישׂראל.

עס ווילט זיך האָפֿן, אַז ענטפֿערן אויף אָט דער פֿראַגע, ווי אויך אויף אַ סך אַנדערע פֿראַגעס, וועלן מיט דער צײַט געפֿונען ווערן; און אַז „די דריטע פֿעסטונג” וועט זײַן ברייט באַקאַנט און לײַכט צוטריטלעך פֿאַר די טוריסטן פֿון גאָר דער װעלט, פּונקט ווי מצדה און הרודיון.