צוליב װאָס און פֿאַר װעמען שרײַבט מען הײַנט פּיעסעס אױף ייִדיש? װער װעט זײ שפּילן און װער װעט פֿון זײ געניסן? „קײן מאָדערנע ייִדישע דראַמאַטורגיע און קײן מאָדערנער ייִדישער טעאַטער זענען נישטאָ, און אױב שױן יאָ, טאָ — ניט אױף ייִדיש, אָדער אַזױ טיף פֿאַרבאַהאַלטן, אַז מע זעט זײ נישט‟.
אַזױ זאָגט מיכאל פֿעלזענבאַום אין דער הקדמה צום זאַמלבוך פֿון זײַנע פּיעסעס. דאָס דאָזיקע װאָגיקע באַנד פֿון העכער װי פֿיר הונדערט זײַטן איז כּולל זיבן פּיעסעס זײַנע, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין משך פֿונעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט. ער איז ממשיך זײַן טענה מיט אַ רעטאָרישער פֿראַגע: „איז צוליב װאָס פֿאַר אַ קרענק שרײַב איך קאָמעדיעס, און דערצו נאָך אױף ייִדיש, װען קײן לײענער זענען כּמעט נישטאָ? דעם אמת געזאָגט, קײן קלאָרן ענטפֿער האָב איך ניט.‟ און דאָך האָט ער יאָ אַן ענטפֿער, אַז שרײַבן שרײַבט ער קודם־כּל פֿאַר זיך אַלײן און דעם צײַטגײַסט אױף צו להכעיס. זײַן תּשובֿה, זאָגט ער צום שלוס, „ליגט ערגעץ װוּ צװישן די זוכונגען פֿון ’גאָטס ליבע’ צו מענטשן און פֿון מענטשנס בלאָנדזשענישן אױפֿן װעג צו גאָט.‟
פֿעלזענבאַומס חקירות זײַנען הילפֿיק פֿאַר פֿאַרשטײן ניט נאָר זײַנע אײגענע שרײַבערישע כּװנות, נאָר אױך דעם מײן פֿון זײַנע פּיעסעס. אַזױ אָדער אַנדערש, גײט דאָ די רייד װעגן מענטשלעכע זוכונגען נאָכן „עיקר‟ און בלאָנדזשענישן אױפֿן דאָזיקן װעג. אין דעם זין איז פֿעלזענבאַום אַ געטרײַער תּלמיד פֿון י. ל. פּרץ, װעמען ער האָט געװידמעט די קאָמעדיע „אַ גוטן תּמיד, ר׳ יצחק־לײבוש, אָדער אַ פּיעסע פֿאַר גאָט און אָרקעסטער‟. אין דער דאָזיקער פּיעסע װערט אױף ס׳נײַ אױסגעשפּילט — פּאַראַלעל אין דער װעלט של־מטה און אין דער װעלט של־מעלה — די אַלט־נײַע מעשׂה פֿון באָנטשע שװײַג.
צװײ אַנדערע בולטע השפּעות קומען פֿון די גרעסטע פֿאָרשטײער פֿון דער דרומדיקער, אוקראַיִניש־רומענישער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און איציק מאַנגער. בײַם ערשטן האָט פֿעלזענבאַום איבערגענומען די טעאַטראַלישע מוזיקאַלישקײט; בײַם צװײטן האָט ער זיך אָנגעלערנט די קונסט פֿון שפּילעװדיקער סטיליזאַציע. און דאָס אַלץ האָט ער איבערגעשמאָלצן אין זײַנע אײגענע טעאַטראַלישע שטיק, װאָס זײַנען אײנצײַטיק אי לײַכט, אי טיפֿזיניק; אי פֿאַנטאַסטיש, אי רעאַליסטיש; אי טרױעריק, אי פֿרײלעך.
דער פֿאַנטאַסטישער עלעמענט איז דער יסוד פֿון פֿעלזענבאַומס דראַמאַטורגיע. אױף אַן אױסטערלישן אופֿן ברענגט ער צונױף דעם אַלטן עבֿר, דעם אַקטועלן הײַנט און דעם אױסגעטראַכטן מאָרגן. אַלץ אין אײנעם שאַפֿט אַזאַ סינטעז פֿון אַ טרעפֿלעכן דראַמאַטישן עפֿעקט. פֿעלזענבאַום איז אַ מײַסטער פֿונעם קאָנקרעטן פּרט און שאַרפֿן װאָרט, אָבער דעם עכטן קאָמישן עפֿעקט דערגרײכט ער דורך אַבסורד און אַבסטראַקציע. ייִדן און ייִדענעס פֿון אַ גאַנץ יאָר שמועסן מיט די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן װי נח, לוט, אַבֿרהם אָבֿינו און דוד המלך. אַזױ װי מאַנגער, שאַפֿט פֿעלזענבאַום זײַן אײגענעם מדרש, װאָס דינט װי אַ סטיליסטישע כּלי פֿאַר באַהאַנדלען סײַ הײַנטיקע פּראָבלעמען, סײַ אײביקע קשיות.
די האַנדלונג פֿון די פּיעסעס װאַנדערט אַריבער פֿון אַ פֿאַרװאָרפֿענעם רומענישן דאָרף קײן צוקונפֿטיקן ארץ־ישׂראל און צוריק אין דעם אוראַלטן בבֿל. אָבער װי װײַט אין רױם און צײַט מען זאָל זיך ניט איבעררוקן, בלײַבט מען אינעם אײביקן ייִדישן שטעטל. די קאָמעדיע מיטן נאָמען „אַ שׂימחה אין שטעטל‟ קומט פֿאָר אין בבֿל און ירושלים אין די יאָרן 588—586 „פֿאַר דער גרעגאָריאַנער ספֿירה‟. און איר אונטערקעפּל „אַן אומענדלעכע שפּיל‟, שפּיגלט אָפּ דעם מחברס טעאַטראַלישן װעלטבאַנעם.
יעדע פּיעסע איז בײַ פֿעלזענבאַומען אַן עפּיזאָד אין דער אַלװעלטלעכער אין־סופֿיקער דראַמע, אױפֿן שטײגער פֿון דאַנטעס „געטלעכער קאָמעדיע‟. דער אוראַלטער שטרײַט צװישן עשׂו און יעקבֿ שפּילט זיך פֿון דאָס נײַ צװישן זײערע גילגולים, די הױכגעשטעלטע ישׂראלדיקע פּענסיאָנערן אין דעם װײַטן יאָר 2029. דער געװעזענער שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב עשׂו יצחקי און דער געװעזענער אױסערן־מיניסטער יעקבֿ ריװקין װױנען אין אײן צימער אינעם מושבֿ־זקנים „אונדזער משפּחה‟. עשׂו איז פֿאַרטאָן אינעם שרײַבן אַן אַפּאָקאַליפּטישע דראַמע פֿון אַחרית־הימים: „דרײַ און צװאַנציק טױזנט, פֿיר הונדערט אַכט און נײַנציק פּערסאָנאַזשן, בלוט, טרערן, ליבע, יסורים, שיסערײַען און װידער ליבע און טרערן. שרײַבן אַ פּיעסע איז גלײַך צו אַ … מלחמה!‟ — די דאָזיקע װערטער לאָזן זיך צופּאַסן אױך צו פֿעלזענבאַומס אײגענע װערק. הינטער דעם קאָמישן שלײער באַהאַלט זיך די אײביקע מלחמה צװישן טובֿ ורע.
פֿעלזענבאַומס זאַמלבוך איז אַ סימן־טובֿ, אַז דער ייִדישער טעאַטער לעבט און אַנטװיקלט זיך. זײַנע קאָמעדיעס זײַנען ממשיך די מעכטיקע טראַדיציע, װאָס האָט אירע װאָרצלען אין דער השׂכּלה־תּקופֿה און װאַקסט װײַטער דורך די װערק פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, י. ל. פּרץ, ש. אַנ־סקי, ה. לײװיק, אַלטער קאַציזנע און אַנדערע מאָדערנע ייִדישע דראַמאַטורגן. בײַ פֿעלזענבאַומען דערגרײכט די דאָזיקע טראַדיציע אַ נײַע שטופֿע, װוּ דער מאָדערניזם טרעפֿט זיך אָן מיטן פּאָסט־מאָדערניזם. דערװײַל האָט זײַן דראַמאַטישע קונסט בלױז געצײלטע שעצער. אָבער מיט אַ ביסל געדולד און מזל װעלן די דאָזיקע קלוגע, פֿרײלעכע און ביטערע פּיעסעס דערגרײכן אַ ברײטערן ייִדישן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.