דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם באַריכט, װאָס גיט איבער, אַז די צאָל אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין אױסטראַליע, איז געפֿאַלן מיט 39% במשך פֿונעם יאָר, װאָס האָט זיך געענדיקט דעם 30סטן סעפּטעמבער ה״י. צום ערשטן מאָל זינט 2009, זאָגט אָן דער באַריכט, זײַנען נישט פֿאָרגעקומען קײן ערנסטע אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן אין אױסטראַליע.
דער „עדת־ישׂראל‟ רבֿ, יוני לאָװין, איז געשטאַנען אױף דער גאַס פֿאַר דער „עדת־ישׂראל‟ שיל אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק, װען אַ פֿרעמדער איז צוגעקומען צו אים און האָט אים געצױגן בײַ דער באָרד. דערנאָך האָט הרבֿ לאָװין דעם פֿרעמדן אַוועקגעלײגט אױפֿן טראַטואַר. דער אָנפֿאַל איז פֿילמירט געװאָרן פֿון דער שילס זיכערהײטס־דינסט. מע קען אים זען אױף דער פֿײסבוק־זײַט פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער צײַטשריפֿט „אָסטרעליען דזשויִש ניוז‟ (די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס).
פּאָליצײ האָט געלױבט דעם רבֿ, זאָגנדיק, אַז ער איז געװען רויִק און האָט זיך אױפֿגעפֿירט װי מע דאַרף אין אַזאַ פֿאַל.
דאָס הױפּט־געריכט פֿונעם שטאַט ניו־סאַוט װײלס האָט זיך אָפּגעזאָגט צו הערן דעם ענין, װאָס דער חורבן־לײקענער פֿרעדריק טאָבען האָט געװאָלט ברענגען קעגן אַ רײ באַקאַנטע אױסטראַלישע זשורנאַליסטן און אַ פּאָליטיקער. טאָבען האָט זײ אַלע באַשולדיקט אין דעפֿעמאַציע. לױטן הױפּט־געריכט איז די באַשולדיקונג געװען אַ פּרוּװ „צו שאַפֿן אַן עפֿנטלעכן פֿאָרום צו לײקענען די געשיכטע פֿונעם חורבן און אױסצודריקן אַנטיסעמיטישע מײנונגען‟. דער עקזעקוטיװ־דירעקטאָר פֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט געלױבט דאָס געריכט און די באַשולדיקטע פֿאַר „דערקענען, אַז טאָבענס׳ אַזױ גערופֿענע דיסקוסיע, איז אַ דין־באַהאַלטענער מיטל פֿאַר באַשמוצן ייִדן אין אַלגעמײן.‟
דער מעלבורנער פּראָפֿעסאָר שרון ליוען, אַ דאָקטאָר פֿון מעדיצין, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם אױספֿאָרשן די „אײדס‟־קראַנקײט, איז אַנערקענט געװאָרן פֿאַר אָט דער אַרבעט. זי האָט באַקומען דעם פּיטער װילס מעדאַל פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ריסערטש אָסטרעליע‟ (אױספֿאָרשונג אױסטראַליע).
די ספּאָרט־אָרגאָניזאַציע „מכּבי־אױסטראַליע‟ האָט געפֿײַערט 90 יאָר זינט זי איז געגרינדעט געװאָרן. „מכּבי־אױסטראַליע‟ באַשטײט פֿון אַ 50 ספּאָרט־קלובן מיט 6,500 מיטגלידער. אַן ערך 450 זײַנען בײַגעװען אױף דער פֿײַערונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מעלבורן. „מכּבי־װיקטאָריע‟ האָט געמאָלדן אױף דער פֿײַערונג װעגן דעם אָנהײב פֿון אַ נײַער פּראָגראַם, װאָס דאַרף פֿאַרגרעסערן איר מיטגלידערשאַפֿט דורך אַ געהעכערטן סטאַנדאַרט פֿון אָנלערנען און אַדמיניסטראַציע, װי אױך דאָס פֿאַרבעסערן די ספּאָרט־ערטער אירע.
דער ציוניסטישער אױסטראַלישער פֿאַראײניקטער ישׂראל־אַפּיל האָט געמאָלדן, אַז ער האָט געהאַט זײער אַ דערפֿאָלגרײַך יאָר. די אָרגאָניזאַציע האָט געזאַמלט מער װי 15.3 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן לטובֿת מדינת־ישׂראל במשך פֿונעם יאָר 2015. די צוגעזאָגטע געלטער זײַנען געשטיגן מיט 16% אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאָריקן יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.