אין אָנדענק פֿון דבֿורה טאַמבאָר

In Memory of Deb Tambor

דבֿורה טאַמבאָר, בעת זי האָט נאָך געהערט צו די סקווערער חסידים (רעכטס) און נאָך דעם ווי זי איז אַוועק פֿון זיי
דבֿורה טאַמבאָר, בעת זי האָט נאָך געהערט צו די סקווערער חסידים (רעכטס) און נאָך דעם ווי זי איז אַוועק פֿון זיי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 09, 2015, issue of December 25, 2015.

דעם 27סטן סעפּטעמבער 2013 האָט דבֿורה (דעב) טאַמבור, אַ ייִדישע מאַמע פֿון דרײַ קינדער, וואָס האָט לאַנגע יאָרן זיך געראַנגלט מיט דעפּרעסיע, זיך גענומען דאָס לעבן צו 33 יאָר.

איר פֿאַראָבֿלטער געליבטער, אייב (מאָטי) ווײַס, האָט די וואָך געמאָלדן, אַז אין דבֿורהס אָנדענק וועט ער אין יוני 2016 אַרויס אויף אַ בײַנאַכטיקן שפּאַציר פֿון 16־18 מײַל, כּדי אַרײַנצוברענגען בײַשטײַערס צו שטיצן די „אַמעריקאַנער זעלבסטמאָרד־פֿונדאַציע‟ (AFSP).

די אָרגאַניזאַציע אַרבעט צו פֿאַרהיטן זעלבסטמאָרד, דורך פֿינאַנצירן וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, גיבן שטיצע די לעבן־געבליבענע קרובֿים פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם, און דורכפֿירן פּראָגראַמען צו אינפֿאָרמירן מענטשן מיט דעפּרעסיע, און זייערע נאָענטע, ווי אויסצומײַדן אַזאַ טראַגעדיע.

„במשך פֿון אַ צו-קורצער צײַט האָב איך געהאַט דעם זכות צו לעבן מיט איר,‟ האָט אייב אין אַ בריוו דערקלערט. „אַזוי ווי אַלע אַנדערע, וואָס האָבן זי געקענט, האָב איך געזען איר גוטסקייט און ליבעוודיקייט. זי איז געווען אַ טייל פֿון מײַן נשמה, מײַן נאָענטסטע חבֿרטע און אַן איבערגעגעבענע מאַמע צו אירע דרײַ קינדער.‟

אייב האַלט, אַז אויב AFSP וואָלט געווען בעסער פֿינאַנצירט, וואָלט אייב מסתּמא געוווּסט וועגן דער אָרגאַניזאַציע און געקאָנט זיך ווענדן צו זיי צו העלפֿן דבֿורהן מיט איר דעפּרעסיע. „דער צוועק איז מיר זייער נאָענט צום האַרצן, און דאָס איז דאָס צווייטע מאָל, וואָס איך גיי אויף דעם נאַכטשפּאַציר לטובֿת דער פֿונדאַציע,‟ האָט ער געזאָגט. בײַם פֿריִערדיקן שפּאַציר, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט ער געזאַמלט מער ווי $1,800.

דבֿורה, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן בײַ די סקווערער חסידים, אָבער האָט שפּעטער פֿאַרלאָזט די קהילה, האָט געליטן גרויסע יסורים, נאָך דעם ווי זי האָט פֿאַרלוירן דעם אויפֿזיכט אויף אירע קינדער, האָבן עטלעכע פֿון אירע פֿרײַנד געזאָגט נאָך איר פּטירה. הגם איר משפּחה האָט געטענהט, אַז מע האָט צוגענומען די קינדער צוליב איר דעפּרעסיע, האָבן אירע פֿרײַנד געטענהט, אַז די אמתע סיבה איז, ווײַל זי איז געוואָרן אויס פֿרום. די ראַיה: בײַ אַנדערע דעפּרעסיווע מאַמעס, וועלכע זענען נאָך אַלץ אַ טייל פֿון דער חסידישער קהילה, נעמט מען געוויינטלעך נישט צו די קינדער.

כאָטש דבֿורה האָט ווייניק פּרטים אויסגעזאָגט וועגן איר אומגליקלעך לעבן, האָט זי אייבן אָבער יאָ דערציילט, אַז איר פֿעטער האָט זי קינדווײַז סעקסועל באַלעסטיקט. ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, איז דעפּרעסיע אַ פֿאַרשפּרייטער סימפּטאָם בײַ מענטשן, וועלכע זענען אַ מאָל סעקסועל באַעוולט געוואָרן.

כּדי צו שטיצן אייב ווײַס אויף זײַן שפּאַציר, גייט צו: //theovernight.donordrive.com/index.cfm?fuseaction=donorDrive.participant&participantID=17151