דער ישׂראלדיקער „אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג‟ האָט מיטוואָך, דעם 9טן דעצעמבער, איבערגעגעבן, אַז צום ערשטן מאָל נאָכן יאָר 2011 איז געשטיגן די צאָל ישׂראלים, וואָס לעבן אונטער דער אָרעמשאַפֿט־ליניע.
בערך 1,7 מיליאָן בירגער פֿונעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט מער ווי 770,000 קינדער, לעבן אין אָרעמשאַפֿט. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז די צאָל אָרעמע־לײַט אין ישׂראל געשטיגן ביז 18.8 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט 18.6 פּראָצענט אינעם יאָר 2013. די צאָל אָרעמע קינדער איז געוואַקסן אינעם זעלבן פּעריאָד פֿון 30.8 ביז 31 פּראָצענט. הגם דער חילוק צווישן די ציפֿערן איז נישט אַזוי גרויס, נעמט ער אַרום מער ווי 50,000 מענטשן. לויט דעם באַריכט, זענען די חרדים און אַראַבער די אָרעמסטע גרופּעס אין ישׂראל. ס׳רובֿ מענטשן אין די דאָזיקע באַפֿעלקערונג־סעקטאָרן געפֿינען זיך אונטער דער אָרעמשאַפֿט־ליניע.
במשך פֿון דרײַ יאָר, פֿון 2011 ביז 2013, איז דער ניוואָ פֿון אָרעמשאַפֿט צווישן די ישׂראלים כּסדר געפֿאַלן. לעצטנס, אָבער, איז דער פּראָצענט פֿון אָרעמע־לײַט ווידער אָנגעהויבן שטײַגן און דערצו איז זייער מצבֿ געוואָרן ערגער. אין פֿאַרגלײַך מיט 2013, איז דאָס וווילזײַן פֿון ישׂראלדיקע אָרעמע־לײַט אַראָפּ פֿאַראַיאָרן כּמעט אויף 6 פּראָצענט.
בדרך־כּלל, בלײַבט די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע גענוג סטאַביל. דער ניוואָ פֿון אַרבעטלאָזיקייט איז לעצטנס געפֿאַלן ביז 5.9 פּראָצענט און די אָרטיקע פּראָדוקציע איז געשטיגן אויף 2.6 פּראָצענט אינעם יאָר 2014.
צווישן די פֿאַרמעגלעכע מיטגלידער פֿון דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר עקאָנאָמישער קאָאָפּעראַציע און אַנטוויקלונג‟ (OECD), איז אָבער ישׂראל איינס פֿון די אָרעמסטע לענדער; ערגער איז בלויז מעקסיקע. וואָס שייך דעם ניוואָ פֿון עקאָנאָמישער אומגלײַכקייט, שטייט ישׂראל אויפֿן זעקסט־ערגסטן אָרט. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אָבער דער מצבֿ אינעם דאָזיקן געביט נאָך ערגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.