ווען וועט מען שוין דערלעבן צו אהבֿת־ישׂראל?

When Will We Achieve Brotherly Love?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 11, 2015, issue of January 08, 2016.

נעמט זיך אין זינען, אַז אונדזער רבונו־של־עולם האָט זיך, נישט מיר נישט דיר, גאַנץ אומגעריכט פֿאַרוואַנדלט אין אַ דרײַלינג, אין אַ טרויקאַ. מ’האָט אים בײַ אונדז אויסגעכאַפּט און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאָט פֿון די קריסטן. האָבן זיך די מחמעדאַנער אַרומגעקוקט און אים צוגעלקחנט פֿאַר זיך. מען האָט נאָר געביטן די נעמען. בײַ אונדז הייסט ער “אלקים”, בײַ די קריסטן — “גאָט פֿון אונדזערע פֿאָטערס”, און בײַ די מחמדאַנער “אַללאַ”. דאַכט זיך, דער זעלבער סוזשעט, איבערגעניצעוועט.

נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָט אונדזער “מלך־המלכים” זײַן ליבע געשאָנקען דעם פֿאָלק, וואָס האָט געבראַכט דער וועלט די עשׂרת־הדיברות, די צען געבאָט, וווּ ס’שטייט בפֿירוש געשריבן, “אל־תרצח” — זאָלסט נישט מאָרדן. די אומות־העולם האָבן ממש אַדאַפּטירט דעם “אל־תרצח”. זיי האַלטן זייער שטאַרק פֿון דעם געבאָט, פּוצן אַפֿילו אויס די ווענט פֿון זייערע הייליקע געבעט־הײַזער; זיי באַצירן מיט די עשׂרת־הדיבות די ווענט פֿון זייערע געריכט־הײַזער, וווּ מ’האַנדלט מיט “יושר און גערעכטיקייט”. די צרה איז אָבער, וואָס דער “אל־תרצח” איז בײַ זיי בלויז געבליבן אַ דעקאָראַציע, נישט קיין דעקלאַראַציע.

האָבן זיי זיך אָנגעזעצט אויף איין פֿאָלק, און בלויז איין פֿאָלק. מען האָט אונדז ייִדן באַשולדיקט אין זײַן צו רײַך, צו אָרעם, צו איזאָלירט, צו אַסימילירט, צו קלוג, צו כיטרע, צו איבערשפּיציק, צו אָפּגעשטאַנען, צו פּרימיטיוו, צו פֿרעמד, צו נאָענט, שוין אָפּגערעדט, פֿון גאַנצע גזירות, פֿון וועלכע זיי האָבן זיך קיין מאָל נישט רײַנגעוואַשן.

פֿון וואַנען האָט זיך גענומען צו זיי אַזאַ שׂינאת־מוות, געצילט צו אונדז ייִדן? נאָך יאָרהונדערטער פֿון פֿאַרשוועכן דעם “אל־תרצח,” איז שוין דער ייִדן־האַס געוואָרן פֿולבלוטיק, אָנגענומען מוסקלען און פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פֿאַרברעכן, רציחה, און הריגה.

קום איך צו גיין, און וויל זיך אײַנשטעלן, נישט חלילה פֿאַר די אַזוי גערופֿענע “ציוויליזירטע” אומות־העולם, נאָר פֿאַר אונדז ייִדן זעלבסט, פֿאַר אונדזערע אייגענע אַחינו־בני־ישׂראל. אונדזערע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרדרייט די יוצרות און אויסגעביטן דעם שׂכל־הישר אויף פּולווער־צילנדיקן פֿײַל פֿון בויגן קעגן זייער אייגן פֿאָלק, קעגן זיך אַליין.

מיר לײַדן שוין הײַנט אויף דער זעלביקער קרענק וואָס די וועלט האָט אונדז צוגעשטעלט: פֿון דעם ברויזנדיקן אַנטיסעמיטיזם, קנאה־שׂינאה און האַס, נאָר דאָס מאָל איז דער זעלבסטהאַס געצילט אויפֿן אייגענעם פֿאָלק. אונדזער טעמפּעראַטור הייבט זיך, ווען מיר שטימען נישט אײַן איינער מיטן אַנדערן פּאָליטיש, אידעאָלאָגיש, נאַציאָנאַל, קולטורעל, שפּראַכלעך, רעליגיעז און היסטאָריש.

נעמט זיך אין זינען ווי נישט אייניק מיר זײַנען ווי אַ פֿאָלק. ווען איינער געהערט צום לינקן פֿליגל, און דער צווייטער צום רעכטן, דעמאָלט איז הימל עפֿן זיך. די פֿרומע רופֿן די וועלטלעכע — שׂונא־ישׂראל. זיי אַנערקענען נישט די רעפֿאָרמירטע, די קאָנסערוואַטיווע, שוין אָפּגערעדט פֿון „עטיקאַל קאָלטשור‟ און סעקולערע ייִדן בראש.

אָט האָט איר זיי: סאַטמאַר קעגן ליובאַוויטש; לאַנגע קאַפּאָטעס קעגן קורצע יאַקעס, לאַנגע פֿאות קעגן גלאַטיק־ראַזירטע פּנימער, שטרײַמלעך קעגן קאַפּעליושן, וויזשניצער זמירות קעגן די באָבאָווער. די גמרא האַלט נישט פֿון דער “צאינא־וראינא”, נישט מער ווי אַ בוך פֿאַר ווײַבער און מיידלעך. ווי קומט עס צום מענערישן תנ”ך? ייִדישיסטן קעגן העברעיִסטן, אשכּנזים קעגן ספֿרדים, גאַליציאַנער קעגן ליטוואַקעס, געפֿילטע פֿיש מיט צוקער און אָן צוקער, קעגן דעם פּוילישן קאַלטן גאַלע (פּטשאַ) אַנשטאָט דער ליטוואַקישער הייסער פֿוס־נאָגע.

ייִדן רעפּובליקאַנער קעגן ייִדן דעמאָקראַטן, קעגן אַ ייִדן, וואָס בײַט זיך זײַן נאָמען “כּהן” אויף קאָווען; קעגן זילבערמאַן, וואָס בײַט זײַן נאָמען אויף כּספּי, און קעגן גאָלדבערג אויף הר־זהבֿ.

און דאָס האָב איך נאָך נישט אָנגערירט אַ לעק איבער דער סטעצקע פֿון קעגנערשאַפֿט קעגן וואָס אויז אונדזערס.

הײַנט, ווען איך הער זיך צו צו דער ראַדיאָ־סטאַנציע WNPR, און הער ווי די זשורנאַליסטקע “לאַקשמי סינג” און “יוקי נאַגוטשי,” גרויסן זיך מיט זייערע נעמען, בין איך זיי מקנא און טראַכט, אַז בײַ אונדז שעמט מען זיך מיט די ייִדישע נעמען. אויף דער טעלעוויזיע־סטאַנציע, קאַנאַל 4, קוועלט אָן פֿון איר נאָמען די שיינע זשורנאַליסטקע “רוטאַביי שאַבאַזי”, קוועל איך מיט איר מיט, און טראַכט, ווי די וועלט האָט אונדז באַאַרבעט, ייִדישע נעמען זײַנען טריף.

אין מיצקעדרינען דערמאָן איך זיך אין דעם ליד, וואָס אונדזער ייִדישער שעקספּיר, אַבֿרהם סוצקעווער, האָט געשריבן וועגן דעם פּייטן (פּאָעט) שבזי. דאָס ליד הייסט טאַקע, “שבזי,” בעת אונדזער פּייטן אַבֿרהם סוצקעווער האָט באַדויערט זײַן פּאָעטישע דאָליע אין אונדזער אייגענער ייִדישער מדינה. ער שרײַבט:

דרײַ הונדערט אײזלען באַלאָדן מיט לידער,
אַזוי ווערט דערציילט, האָט דער פּייטן שבזי ־
געטריבן פֿון תּימן קיין ארץ־ישׂראל,
דרײַ הונדערט אײזלען באַלאָדן מיט לידער.

(…)

פּייטן שבזי, איך בין דיך מקנא,
ס’זײַנען די אײזלען אומזיסט נישט געגאַנגען,
אויף דײַן אייניקלס חתונה
שוועבן די קלאַנגען ווי טויבן,
מיט גילדענע גלעקלעך באַהאָנגען.
און מײַנע אײזלען, אָן עקשנות,
האָבן נישט דערשלעפּט די געזאַנגען.
(1950)

מיט איין וואָרט, אַהבֿת־ישׂראל ליגט טיף טײַער אין דער אַדמה און באַקט בייגל. און אַנשטאָט אויסלאָזן אונדזער כּעס אויף דער וועלטס פֿאַראורטייל קעגן אונדז, לאָזט מען אונדזער רוגזה אויס צו אונדזערע אייגענע בלוט־ברידער.