„ביראָבידזשאַן‟: די ייִדישע אַטלאַנטידע?

“IDFA Birobidzan”: The Jewish Atlantis?


פֿון גאַליע פּעטרענקאָ

Published December 11, 2015, issue of January 08, 2016.

אין נאָוועמבער איז אין האָלאַנד דורכגעגאַנגען דער 27סטער אַמסטערדאַמער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון דאָקומענטאַלן קינאָ, וווּ מע האָט געוויזן דעם פֿילם “ביראָבידזשאַן”.

פֿאַר יעדער ווײַזונג באַקומען די באַזוכער אַ שטיקל פּאַפּיר מיט 10 ציפֿערן — פֿון 1 („פֿאַרפֿאַלן‟) ביז 10 („פֿאַנטאַסטיש‟), כּדי אָפּצושאַצן דעם פֿילם. נאָך דעם סעאַנס האָב איך שטאַרק געצווייפֿלט, וואָס צו קלײַבן: 2 („זייער שלעכט‟) אָדער 1. פֿאַרוואָס?

דער פֿילם איז באַזירט אויף די אינטערוויוען מיט פֿאַרשידענע מיטגלידער פֿון דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער קהילה: צווישן זיי, אַן עקס-גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט; אַ זשורנאַליסט, אַ שאַכמאַטיסט, אַ רבֿ, אַ לערערין, אַ היסטאָריקער און אַ פּאָר אַנדערע מענטשן; אָבער בסך־הכּל דויערן די אינטערוויוען אפֿשר 25 מינוט, ניט מער, כאָטש דער פֿילם איז צוויי שעה לאַנג. ס‘רעשט פֿון דער צײַט נוצט דער רעזשיסאָר, כּדי אונדז צו ווײַזן פֿאַרשידענע סצענעס פֿון ייִדישן לעבן אין ביראָבידזשאַן (למשל, ווי קינדער לערנען זיך דעם אַלף־בית, ווי די קהילה פּראַוועט דעם פּסח־סדר, ווי די ליבהאָבער פֿון ייִדישע לידער זינגען צוזאַמען און אַזוי ווײַטער), אָדער לאַנגע און נודנע בילדער, וואָס מוזן, אפֿשר, שילדערן דאָס לעבן אין רוסלאַנד בכלל (ברענענדיקע ביימער, לאַנגזאַמע באַנען, וואָס שטעלן זיך קיין מאָל נישט אָפּ, שניי וואָס ליגט שטענדיק).

דער פֿילם איז טונקל, די מוזיק — טראַגיש און דעפּרימירנדיק. סײַ דער ווידעאָ, סײַ די אוידיאָ-פֿראַגמענטן חזרן זיך כּסדר איבער. די רעספּאָנדענטן רעדן פֿיל וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט, וועגן זייערע יונגע יאָרן, ווען עס פֿלעגן וווינען אין ביראָבידזשאַן אַ סך ייִדן, און ווען מע פֿלעג הערן ייִדיש אויף די גאַסן. הײַנט ציילן די ייִדן אַרום 1% פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג אין דער געגנט.

עטלעכע פֿון די אויסגעפֿרעגטע פּרוּוון אויפֿצולעבן דאָס ייִדיש לעבן און אָפּצוראַטעווען די שפּראַך, אָבער זייערע באַמיִונגען זעען אויס ניט איבערצײַגעוודיק. דער ייִדישע כאָר, למשל, באַשטייט נאָר פֿון אַלטע פֿרויען, פֿון פּענסיאָנערקעס; דאָס קליינע בית-מדרש איז ווינטער כּמעט ליידיק, ווײַל ס׳איז נישטאָ קיין באַהײצונג אינעם בנין; מע לערנט די קינדער לידער אויף ייִדיש און אויף עבֿרית, אָבער זײ פֿאַרשטייען, דאַכט זיך, כּמעט גאָרנישט פֿון דעם וואָס זיי זינגען; אַפֿילו די לערערקע פֿון ייִדישער ליטעראַטור ראַנגלט זיך מיט די ייִדישע אותיות, ווען דער אינטערוויוער בעט זי עפּעס צו לייענען אויף אַ קול.

ס׳זעט כּלומרשט אויס, אַז דעם רעזשיסאָרס איינציקער ציל איז געווען צו ווײַזן דעם אונטערגאַנג פֿון ייִדישן ביראָבידזשאַן. אָבער ווי קאָן מען ווײַזן דעם סוף פֿון עפּעס, אויב מע דערקלערט ניט ווי דער פֿענאָמען ביראָבידזשאַן האָט זיך אַנטוויקלט אין גאַנג פֿון דער געשיכטע? פֿאַר וועמען האָט ער געמאַכט דעם פֿילם? מענטשן, וואָס זענען שוין פֿאַראינטעריסירט אין ייִדיש און אין ייִדישער געשיכטע, וועלן זיך גאָרנישט אָפּלערנען פֿון אַזאַ פֿילם. מײַנע פֿרײַנד, וואָס זענען געגאַנגען זען דעם פֿילם מיט מיר און וואָס האָבן דערוואַרט, אַז זיי וועלן זיך דערוויסן די געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן, האָבן זיך געפֿילט אָפּגענאַרט.

ווי אַ געבוירענער רוסיש־רעדער, בין איך פֿאַרחידושט מיט דער קוואַליטעט פֿון מאָנטאַזש און איבערזעצונג פֿון די ענגלישע אונטערקעפּלעך. איינער פֿון די רעספּאָנדענטן אינעם פֿילם, אַ זשורנאַליסט און איינער פֿון די גרינדער פֿונעם אַמאַטאָרישן קאַבאַרע אויף ייִדיש, זאָגט אין זײַן אינטערוויו: „ייִדיש איז ווי אונדזער אַטלאַנטידע, וואָס מיר ווילן און מוזן אויפֿלעבן‟. ער זעט אויס זייער אָפּטימיסטיש, אָבער גי־מאַרק הינאַן איז ניט מסכּים מיט אים, דענק איך.