איינער פֿון די הויפּט־מעלות פֿון שטאָט ניו־יאָרק איז, אַז מע ווייסט קיינמאָל ניט, אויף וואָס פֿאַר אַן אומדערוואַרטן קוריאָז מע קען זיך אָנשטויסן, ווען מע גייט אויף דער גאַס. מע באַגעגנט זיך מיט כּלערליי גאַסן־פֿאָרשטעלונגען און פֿאַרווײַלער, בפֿרט אויב מע פֿאָרט אין אַזעלכע ערטער, ווי „טײַמס־סקווער‟ אָדער „יוניאָן־סקווער‟, וואָס זענען אָנגעפּאַקט מיט טוריסטן.
מיטוואָך בין איך געפֿאָרן אויפֿן „ניטל־מאַרק‟ אין „יוניאָן־סקווער‟, כּדי צו קויפֿן חנוכּה־מתּנות פֿאַר מײַנע עלטערן און אַנדערע קרובֿים. נאָך איידער איך בין אַרײַן אינעם מאַרק האָב איך געהערט, ווי אַ גרופּע חב׳׳דניקעס שרײַען אויס „חנוכּה־שׂמח, העפּי האַנוקאַ, אַר יו דזשויִש?‟ (אַ פֿריילעכן חנוכּה, צי זענט איר אַ ייִד?). איך האָב געלאָזט וויסן די סימפּאַטישע ייִנגלעך און בחורים, אַז איך האָב שוין אָנגעצונדן די חנוכּה־ליכטעלעך בײַ דער אַרבעט און נייטיק זיך ניט אין קיין חנוכּה־מנורה.
נאָך אַ פּאָר מינוט האָב איך געהערט, ווי נאָך אַ חב׳׳דניק רעדט מיט אַ פֿרוי אויף העברעיִש און פּרובירט זי אײַנצורעדן אָנצינדן די ליכטעלעך אויף דעם חנוכּה־לעמפּל, וואָס ער האָט געהאַלטן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער מאַרק הייסט אַ „ניטל־מאַרק‟, אַרבעטן דאָרטן אַ סך ישׂראלים, און מע קען אויך גרינג געפֿינען צירונג מיט מגן־דודלעך, חמסות און אַנדערע ייִדישע סימבאָלן.
אין מיטן פֿונעם זשום און רעש האָב איך דערהערט ווי מע שפּילט גאָר הויך פֿרומע ישׂראלדיקע „טעקנאָ‟־מוזיק פֿון אַ ריזיקן „וווינמאָביל‟ (RV) אַריבער דער גאַס, און אַז עס זאַמלט זיך דאָרט צונויף אַן עולם. נײַגעריק צו וויסן, וואָס קומט פֿאָר און וואָס פֿאַר אַ פֿאָרשטעלונג עס מאַכן די מענטשן בײַם „מיצווה־טאַנק‟, בין איך אַריבערגעגאַנגען די 14סטע גאַס. נאָכן זיך אַרײַנקוועטשן אינעם עולם האָב איך געזען, ווי אַ חב׳׳דניקל זשאָנגלירט מיט דרײַ ברענענדיקע שטורקאַצן.
ווי קומט עס, אַז אַן ערלעך ייִדיש קינד זאָל זיך שפּילן מיט פֿײַער? אַ פּנים, דינט עס ווי אַ מיצווה פֿון “מאַכן קירובֿ”, ווײַל וויבאַלד איך בין אָנגעקומען, האָט מען מיך ווידער געפֿרעגט, צי איך בין אַ ייִד און צי איך האָב שוין אָנגעצונדן די חנוכּה־ליכטלעך.
אָט איז אַ פֿילם, וואָס איך האָב געמאַכט אויף מײַן טעלעפֿאָן פֿון איינעם פֿון די קירובֿ־זשאָנגלירער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.