אַבֿרהם־צבֿי אידלזאָן: דער וויזיאָנער פֿון ייִדישער מוזיק

Abraham Zvi Idelsohn: Visionary of Jewish Music


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 13, 2015, issue of January 08, 2016.

ס’רובֿ פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער האָבן אין זינען אַ באַגרענעצטע טעמאַטיק, אָדער פֿעלד פֿון פֿאָרשונג, אָבער אין יעדן דור ווײַזן זיך אַרויס געציילטע געלערנטע מיט אַ זעלטענער ברייטער וויזיע.

דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו איז געווען אַזאַ: ווער וואָלט הײַנט געהאַט די „חוצפּה‟ איינער אַליין אָנצושרײַבן אַ וועלט־געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין צען בענד? פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג וואָלט מען, קודם־כּל, געדאַרפֿט שאַפֿן אַ מיליאָן דאָלער, דערנאָך צונויפֿשטעלן איין מאַנשאַפֿט היסטאָריקער פֿאַר די ביבלישע צײַטן, אַן אַנדער מאַנשאַפֿט פֿאַרן מיטלאַלטער, און אַזוי ווײַטער; אָבער אַז איין מענטש זאָל אַפֿילו טראַכטן די טעג אויפֿצוטאָן אַזאַ פּראָיעקט אָן שום הילף, וואָלט מען אויף אים געקוקט ווי אויף אַ משוגענעם.

אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק איז געווען איינער אַזאַ „משוגענער‟ — אַבֿרהם־צבֿי אידלזאָן, וועלכער האָט געוואָלט פֿאַרשטיין און פֿאָרשן נישט בלויז די ייִדישע מוזיק פֿון די אַשכּנזים אָדער ספֿרדים, נאָר די ייִדישע מוזיק פֿון אַלע עדות אַרום דער וועלט. נאָך דעם ווי ער האָט געזאַמלט לידער, ניגונים און תּפֿילות פֿון אַלע גרופּעס, האָט ער אָנגעהויבן זיי צו פֿאַרגלײַכן, און אויסצוקלערן, צי מע קען קומען צו געוויסע אַלגעמיינע מסקנות וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק.

אויפֿן פֿעלד פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק איז געווען אַן ענלעכער פֿאָרשער פֿון אַזאַ שניט, וואָס האָט געהייסן אַלען לאָמאַקס. ווי אַ קינד, בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז ער אַרומגעפֿאָרן מיט זײַן טאַטן, דזשאַן לאָמאַקס, און געזאַמלט די לידער פֿון די „קאַובויס‟. שפּעטער איז ער אויסגעפֿאָרן די וועלט און רעקאָרדירט סײַ מיט אַ רעקאָרדיר־מאַשין, סײַ מיט אַ פֿילם־אַפּאַראַט די זינגערס און טענצערס אויף אַלע קאָנטינענטן. פֿאַר וואָס האָט ער דאָס געטאָן? ער האָט פֿאַרשטאַנען פֿאַלקמוזיק ווי אַן אויסדרוק פֿון דער געזעלשאַפֿט און האָט געוואָלט פֿאַרגלײַכן די מוזיק פֿון אַלע גרופּעס אויף דער וועלט און שאַפֿן „קאַטעגאָריעס פֿון אויסדרוק‟. ווען מע האָט אים געזען אויף די פֿאָלקלאָר־קאָנפֿערענצן, האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַן עקסצענטריקער, ווײַל פֿון אַזאַ אַרומנעמיקן געדאַנק צו פֿאַרבינדן אַלע מינים פֿאָלקמוזיק, האָט מען חוזק געמאַכט. אָבער נאָך זײַן טויט אין 2002, האָט מען זיך מישבֿ געווען — אפֿשר איז ער גאָר געווען גערעכט צו טאָן אַ פּרוּוו אין אַזאַ אַרומנעמיקער ריכטונג?

קיינער מאַכט נישט חוזק פֿון אידלזאָן, נישט הײַנט, און נישט ווען ער האָט געזאַמלט זײַנע מוזיק־אוצרות. אַ געבוירענער אין אַ פֿישערדאָרף אין לעטלאַנד אין 1882, האָט ער געזונגען אין אַ שיל־כאָר, אָבער, דער עיקר, זיך געלערנט, צו ערשט, וועגן מוזיק פֿונעם טאַטן. ער האָט זיך באַקענט מיט חזנישע קאָמפּאָזיציעס און רעפּערטואַר און האָט ווײַטער שטודירט מוזיק אין בערלין און לײַפּציג. ס’איז אים אָבער נימאס געוואָרן די דײַטש־ייִדישע מוזיק, וואָס האָט נאָכגעמאַכט דער דײַטשער קריסטלעכער מוזיק, איז ער געפֿאָרן קיין דרום־אַפֿריקע צו זײַן אַ חזן, אָבער האָט זיך באַזעצט אין ירושלים אין 1905.

לויט זײַן ביאָגראַפֿיע פֿון גערדאַ לעכלײַטנער, האָט ער געפֿונען אין ירושלים צו דער צײַט 300 שילן פֿון יעדער ייִדישער עדה אויף דער וועלט. ער האָט געאַרבעט ווי אַ חזן און מוזיק־לערער ביז „דער מלוכישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט‟ אין ווין האָט אים געגעבן אַ סובסידיע אויף פֿיר יאָר צו פֿאָרשן „אָריענטאַלישע און ייִדישע מוזיק‟ פֿון 1911 ביז 1913. אַ טייל פֿון די 109 רעקאָרדירונגען האָט אַרויסגעגעבן די „עסטרײַכישע וויסנשאַפֿטלעכע אַקאַדעמיע‟ אין 2005 אויף צוויי קאָמפּאַקטלעך. אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון דער זאַמלונג און אידלזאָנס אַרבעט האָבן אָנגעשריבן די מוזיקאָלאָגן ד״ר פֿיליפּ באָלמאַן און ד״ר עדווין סערוסי.

אידלזאָן איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, אָבער האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע אין 1923, וווּ ער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש און חזנות אין „היברו יוניאָן־קאָלעדזש‟ אין סינסינאַטי. ער איז געשטאָרבן אין דרום־אַפֿריקע, וווּ זײַנע קרובֿים האָבן געוווינט, אין 1938.

אידזלאָנס וויזיע פֿון אַן אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער וועלט־מוזיק האָט ער רעאַליזירט אין זײַן צען־בענדיקער אַרבעט „דער אוצר פֿון אָריענטאַליש־העברעיִשע מעלאָדיעס‟. דער נײַנטער באַנד — ייִדישע פֿאָלקסלידער — האָט ער אַרויסגעגעבן אין 1932. אין זײַן אַרײַנפֿיר צום באַנד שרײַבט אידלזאָן, אַז אין די צוויי בענד אָפּגעגעבן מיזרח־אייראָפּע, דעם 9טן באַנד — פֿון פֿאָלקסלידער, און דעם 10טן — פֿון חסידישע געזאַנגען, האָט ער כּולל געווען אַ טויזנט און עלף מעלאָדיעס.

אַ סך פֿון די פֿאָלקסלידער האָט ער אַליין נישט געזאַמלט, נאָר געליגן בײַ אַנדערע זאַמלערס — י. ל. כּהן, שמואל לעהמאַן צווישן זיי. אַ טייל לידער האָט ער געהערט פֿון זײַן פֿרוי צילע, וועמען ער ווידמעט דעם באַנד פֿאָלקסלידער. ער רעכנט אויס אַפֿילו ווער האָט פֿאַר אים געזונגען די לידער, צווישן זיי: משה עפּלבאַום, דער רוסיש־ייִדישער זינגער — 25 לידער; זײַן פֿרוי, צילע אידלזאָן — 60 לידער; זײַן טאַטע, עזריאל אידלזאָן — 40 לידער.

קיינער האָט נישט אַנאַליזירט אַזוי תּוכיק די מעלאָדיעס פֿון ייִדישע לידער ווי אידלזאָן. בלויז דער סאָוועטישער פֿאָרשער משה בערעגאָווסקי קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אים אין דעם פּרט. אידלזאָן איז געווען אַזוי גוט באַקאַנט מיט דער וועלטמוזיק, אַז ער האָט געקענט פֿאַרגלײַכן די מעלאָדיעס מיט דײַטשע, סלאַווישע, שפּאַנישע און אַפֿילו מיט דער מוזיק פֿון די שוואַרצע שבֿטים אין דרום־אַפֿריקע!

הײַנט רעדט מען וועגן אידלזאָנען, דער עיקר, ווײַל ער האָט גענומען אַ סאַטעגערער חסידישן ניגון און צו דעם צוגעפּאַסט די ווערטער פֿון „הבֿה נגילה‟, און אַזוי אַרום געשאַפֿן דאָס פּאָפּולערסטע ייִדישע ליד אויף דער וועלט. אָבער זײַנע פֿאַרדינסטן און ברייטע וויזיע אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער מוזיקאָלאָגיע זענען אַ סך וויכטיקער.

צו הערן לידער אָנגעשריבן און געזאַמלט פֿון אידלזאָן אויף דער וועבזײַט פֿון „זמרשת‟:

//www.zemereshet.co.il/artist.asp?id=56