מיט אַ חודש צוריק האָט געזאַ ראָריג, דער 48־יאָריקער אונגערישער הויפּט־אַקטיאָר פֿונעם שטאַרק געלויבטן חורבן־פֿילם „שאולס זון‟ איבערגעלעבט אַ רירנדיקן מאָמענט.
אינעם פֿילם שפּילט ראָריג אַ מיטגליד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ — דער אָפּטייל פֿון ייִדישע מענער־אַרעסטאַנטן אין די נאַציסטישע אומברענג־לאַגערן, וואָס מע האָט זיי געצוווּנגען צו באַגלייטן די אַנדערע ייִדן צו דער גאַזקאַמער, פֿאַרברענען די קערפּערס און אַרײַנשאַרן דאָס אַש פֿון די ביינער אין טײַך. דער אַקטיאָר איז געקומען אויף אַ ווײַזונג פֿונעם פֿילם בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ אין איינעם מיט זײַן רעזשיסאָר, לאַזלאָ נעמעס. נאָכן פֿילם איז אַ מאַן פֿון עולם צוגעקומען צו אים און געפֿרעגט, צי ער וויל זיך באַקענען מיט עמעצן, וואָס איז טאַקע אַמאָל געווען אַ טייל פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ. „ער וווינט בלויז עטלעכע גאַסן פֿון דאַנען,‟ האָט דער מאַן געזאָגט.
„אַוודאי,‟ האָט ראָריג, אַ פֿאַרחידושטער, געענטפֿערט. אין גיכן איז ער געזעסן מיט דאַריאָ גבאַי, אַ 93־יאָריקער גריכישער ייִד, וואָס איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ־בירקענאַן אין 1944. צווישן די 950 מיטגלידער פֿון דער אוישוויצער זאָנדערקאָמאַנדאָ, האָבן בלויז 90 איבערגעלעבט די מלחמה, ווײַל די נאַציס האָבן זיי, געוויינטלעך, אויסגעהרגעט יעדע דרײַ חדשים, פֿאַר זייער „וויסן צו פֿיל‟ וועגן דעם גענאָציד־פּראָצעס. גבאַי איז איינער פֿון די איינציקע, וואָס זענען נאָך פֿאַרבליבן.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ראָריג דערציילט וועגן דער באַגעגעניש. „מיר זענען אַרויסגעגאַנגען אויף אַ טיי, און ס׳איז געווען זייער רירנדיק פּשוט צו האַלטן זײַן האַנט. ער האָט אַפֿילו געוווּסט עטלעכע ווערטער אויף אונגעריש.‟ לויט „יד־ושם‟ האָט מען 400,000 אונגערישע ייִדן פֿאַרברענט אין דער קרעמאַטאָריע אין בירקענאַו.
ראָריגס חשק צו כאַפּן אַזוינע מאָמענטן איז אַ שטריך, וואָס שיידט אים אונטער פֿון ס׳רובֿ אַקטיאָרן הײַנט צו טאָג. אַ פֿרומער ייִד, דער מחבר פֿון זיבן ביכער פּאָעזיע אויף אונגעריש און דער טאַטע פֿון פֿיר קינדער אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, איז ער, צום בעסטן, באַקאַנט צווישן די קרובֿים און פֿרײַנד פֿון זײַן ייִדישן נאָמען, רפֿי [ראַפֿי]. דרך־אַגבֿ, איז ער אויך מײַן שכן און אַ גוטער פֿרײַנד.
אָבער זינט לאַזלאָ, מיט וועמען ער האָט זיך באַקענט אין ניו־יאָרק מיט אַכט יאָר צוריק, האָט אים פֿאַרבעטן צו שפּילן די הויפּט־ראָלע אין זײַן ערשטן פֿולן פֿילם, איז ער פּלוצעם, און אַ ביסל נישט־וועלנדיק, געוואָרן אַ פֿילם־שטערן. צענדליקער אַרטיקלען און אינטערוויוען מיט ראָריג און לאַזלאָ געפֿינען זיך שוין אין דער אינטערנעץ זינט דעם פֿילמס פּרעמיערע בײַם קאַנער קינאָ־פֿעסטיוואַל אין מײַ.
אינעם פֿילם שפּילט ראָריג שאול אויסלענדער, איינער פֿון די זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ, וועלכער געפֿינט אַ ייִנגל צווישן די טויטע, וואָס ער האַלט איז זײַן זון, און נעמט זיך אונטער די אוממעגלעכע שליחות פֿון געפֿינען אַ רבֿ מקבר צו זײַן דאָס קינד כּדין וכּדת. ער איז אַזוי קאָנצענטרירט אויף דעם פּלאַן, אַז ער וויל זיך אַפֿילו נישט אָנשליסן אין דעם פּלאַנירטן ווידערשטאַנד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ קעגן די נאַציס.
דער פֿילם, וואָס איז די וואָך נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גאָלדענער גלאָבוס־פּרעמיע‟ פֿאַרן בעסטן אויסלענדישן פֿילם, האָט שוין געוווּנען דעם „גראַן־פּרי‟ אין קאַן און איז דער אונגערישער נאָמינאַנט פֿאַרן בעסטן אויסלענדישן פֿילם פֿאַר די „אָסקאַרס‟.
אָבער בעת ראָריגס וויזיטן אויף די קינאָ־פֿעסטיוואַלן איבער אַמעריקע און אייראָפּע, איז ער אַנטוישט געוואָרן צוליב די נעגאַטיווע באַמערקונגען פֿון געוויסע צוקוקער, אין שײַכות מיט דער זאָנדערקאָמאַנדאָ. איין מאַן האָט אים געזאָגט: „דער מענטש האָט געשטעלט דעם ווידערשטאַנד אין אַ סכּנה. זײַן שליחות צו באַגראָבן דאָס ייִנגל האָט נישט געהאַט קיין זינען.‟ נאָך אַ ווײַזונג אין אַ מיאַמי־שיל, האָט אַ צווייטער צוקוקער געזאָגט: „איר גלאָריפֿיצירט די קאָלאַבאָראַטאָרן.‟
„קיינער האָט נישט קיין רעכט צו באַרעדן די זאָנדערקאָמאַנדאָ, סײַדן זיי זענען דאָרט אַליין געווען,‟ האָט ראָריג שטיל געזאָגט. „ס׳איז געווען אַ טײַוולאָנישע סיסטעם, צו צווינגען יונגע ייִדן צו באַגלייטן זייערע שוועסטער און ברידער אין דער גאַזקאַמער. דער ציל פֿון די נאַציס איז געווען צו הרגענען די גרעסטע צאָל ייִדן, אָן דער באַטייליקונג פֿון אַ סך דײַטשן, און צו פֿאַרזיכערן, אַז דער דײַטשער תּלין, וואָס גיט אַרײַן דעם גאַז, Cyclon B, זאָל זײַן פֿיזיש און מאָראַליש אָפּגעזינדערט פֿון די קרבנות.‟
די פּראָצעדור פֿון די דײַטשן איז טאַקע געווען זייער עפֿעקטיוו. שלמה ווענעציע, אַן איטאַליענישער ייִד, וואָס איז געווען איינער פֿון די זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ, באַשרײַבט עס אַזוי: „נאָך דעם ווי אַלע זענען אַרײַן אינעווייניק, האָט מען פֿאַרשלאָסן די טיר. אַ קליינער משׂא־אויטאָ מיטן שילד ׳רויטער קרייץ׳ איז אָנגעקומען. אַ הויכער דײַטש איז אַרויס מיט אַ פּושקע, געעפֿנט זי און אַרײַנגעשיט דעם אינהאַלט דורכן שפּאַלט. דערנאָך האָט ער צוגעדעקט דעם שפּאַלט און איז אַוועק. די געשרייען און דאָס געוויין האָט געדוירעט 10־12 מינוט, און דערנאָך איז שטיל געוואָרן.‟
„דורכן אָפּטיילן דעם מערדער פֿון די דערמאָרדעטע, האָט דער נאַצי נישט געפֿילט קיין שולד, ווײַל ער איז נישט געווען קיין עדות צום לײַדן,‟ האָט ראָריג באַמערקט.
ראָריג און נעמעס האָבן ביידע פֿאַרלוירן קרובֿים אינעם חורבן, אָבער ראָריג האָט עס אויסגעפֿונען על־פּי־צופֿאַל. ער איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1967, און געבליבן אָן ביידע עלטערן צו 4 יאָר. נאָך עטלעכע יאָר אין אַ יתומים־הויז, האָבן ייִדישע פֿרײַנד פֿון דער משפּחה אים אַדאָפּטירט.
„קיין ייִדישע בילדונג האָב איך נישט געהאַט, אָבער איך האָב זיך געפֿילט זייער נאָענט צום זיידן,‟ האָט ראָריג געזאָגט. איין מאָל, בעת דער זיידע האָט געשפּילט שאַך, האָט דאָס 12־יאָריקע ייִנגל געפֿונען אויף אַ הויכער פּאָליצע אַ קאַרטאָנענע שיכפּושקע מיט אַלטע בילדער פֿון מענטשן, וואָס ער האָט נישט דערקענט. ווען ער האָט געפֿרעגט דעם זיידן ווער זיי זענען, האָט דער זיידע פּאַמעלעך אַוועקגעלייגט די שאַכפֿיגורן און געענטפֿערט, אַז דאָס זענען זײַנע אייגענע עלטערן. ערשט דעמאָלט האָט געזאַ זיך דערוווּסט, אַז דער זיידע האָט פֿאַרלוירן טאַטע־מאַמע, זײַן ייִנגערן ברודער און זײַן עלטערע טראָגעדיקע שוועסטער אין אוישוויץ.
די אַנטדעקונג האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן בחורל. הגם ער האָט געזען ווייניק אינצעדענטן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין בודאַפּעשט, האָט ער מיט דער צײַט אָנגעהויבן גלייבן, אַז די ייִדן זענען נישט זיכער מיטן לעבן, אַפֿילו אויב דער חורבן איז שוין לאַנג פֿאַרבײַ.
צו 17 יאָר איז דער זיידע ניפֿטר געוואָרן. בערך אין דער זעלבער צײַט האָט ראָריג אָנגעהויבן זיך באַטייליקן אין אַנטי־קאָמוניסטישע אונטערנעמונגען, ווי דער פֿירער פֿון אַן אַנטי־רעגירונג מוזיקאַלישער גרופּע. צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט אַרײַן אין אוניווערסיטעט אָן אַ רעקאָמענדאַציע פֿון דער קאָמוניסטישער יוגנט־פּאַרטיי, האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן אין פּוילן, וווּ מע האָט נישט געפֿאָדערט קיין פּאַרטיי־מיטגלידערשאַפֿט.
אין פּוילן האָט ער פֿאַרבראַכט יעדן סוף־וואָך אין קראָקע. „כ׳האָב עס שטאַרק ליב געהאַט — די דזשעז־מוזיק, די מיידלעך, די פּרעכטיקע בנינים…‟ ער האָט אָבער אויך געדענקט זײַן האָבן צוגעזאָגט דעם זיידן, אַז ער וועט באַזוכן אוישוויץ, וואָס געפֿינט זיך 40 מינוט פֿון קראָקע. איין פֿרימאָרגן אין דעצעמבער האָט ער באַשלאָסן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט; ער האָט אײַנגעפּאַקט זײַנע זאַכן, געפֿאָרן קיין אָשוויענטשים [דער פּוילישער נאָמען פֿאַר אוישוויץ] און געדונגען אַ צימער אין צענטער פֿון שטאָט.
בעת די 1980ער יאָרן האָבן ווייניק מענטשן באַזוכט אוישוויץ. ראָריג האָט זיך אָבער אונטערגענומען צו גיין אַהין יעדן טאָג. „איך בין געווען דער ערשטער אָנצוקומען און דער לעצטער אַוועקצוגיין. דאָרט האָב איך טאַקע אַנטדעקט אַ נישט־געוווּנטשענעם לעבן געבליבענעם פֿון חורבן: דער אייבערשטער. כ׳האָב אויף אים געהאַט גרויס רחמנות און אים געפּרוּווט דערמונטערן דורך מײַנע תּפֿילות אויף אונגעריש. נאָר דערנאָך האָב איך זיך אַ פֿרעג געטאָן: וואָס טו איך? קיין לשון־קודש קען איך נישט, כ׳בין אַפֿילו נישט קיין געמלטער… אין יענער רגע האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וועל ווערן אַ ייִד לויטן אמתן זין פֿון וואָרט.‟
בעת זײַן התבודדות אין אוישוויץ, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער, וואָס זענען שפּעטער אַרײַן אין זײַן ערשט בוך פּאָעזיע, וואָס מע האָט אויך איבערגעזעצט אויף דײַטש. מיט אַ שטאַרקן חשק אָנצוהייבן זײַן פֿאָרמעלע ייִדישע בילדונג האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין אַ ישיבֿה אין ירושלים, און האָט אין יאָר 2000 זיך אַריבערגעצויגן קיין מאַנהעטן, וווּ ער האָט שטודירט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.
דאָס אינטענסיווע שליחות, וואָס ראָריג האָט געפֿילט בײַם אַנטדעקן זײַן גײַסטיקע ירושה איז אַ זאַך, וואָס ער זעט אויך אין שאול אויסלענדערס שליחות צו באַערדיקן זײַן זון. „שאול ווייסט טאַקע נישט ווי צו זאָגן קדיש, אָבער אין תּוך איז ער אַ פֿרומע נשמה, פּונקט אַזוי ווי געוויסע סעקולערע ייִדן, וואָס קערן וועלטן צו העלפֿן די אָרעמע און לײַדנדיקע; עס זעט מיר אויס ווי אַ בולטער סימן פֿון פֿרומקייט, כאָטש זיי וואָלטן עס געלייקנט,‟ האָט ראָריג געזאָגט מיט אַ שמייכל.
בעת זײַנע וויזיטן די טעג אויף די אינטערנאַציאָנאַלע קינאָ־פֿעסטיוואַלן, וווּ ער האַלט לעקציעס און גיט אינטערוויוען, איז ראָריג אומגעריכט געוואָרן אַ וואָרטזאָגער פֿאַר די זאָנדערקאָמאַנדאָ.
„איך ווייס, אַז אַ סך מענטשן סימפּאַטיזירן נישט מיט זיי, אָבער זיי דאַרפֿן פֿאַרשטיין, אַז די נאַציס האָבן זיי געצוווּנגען צו שפּילן די ראָלע פֿון ׳צי־פֿייגל׳, וואָס דאַרפֿן איבערצײַגן די אמתע פֿייגל, אַז ס׳איז נישטאָ קיין סכּנה,‟ האָט ראָריג דערקלערט. „ווען מע האָט אַרויסגערופֿן די ייִדן פֿון די באַנען, זענען זיי געווען איבערגעשראָקן און דעזאָריענטירט, אָבער ווען זיי האָבן דערזען אַנדערע ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, האָט זיך זיי אויסגעדאַכט, אַז אפֿשר וועט נישט זײַן אַזוי שלעכט.
„ס׳איז אמת, אַז מע האָט געגעבן די מיטגלידער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ מער עסן ווי די אַנדערע קאַצעטניקעס, אָבער בלויז צוליב מאַכן זיי פֿיזיש שטאַרקער בײַם העלפֿן דורכצופֿירן די מאַסן־שחיטה. זיי זענען געווען אײַנגעהילט אין אַ געדיכטן פּאַנצער פֿון באַטויבונג, און מעכאַניש דורכגעפֿירט, וואָס מע האָט זיי געהייסן טאָן. דער איינציקער אופֿן צו קענען פֿונקציאָנירן איז געווען נישט צו טראַכטן און נישט צו פֿילן.‟
אין געוויסע פֿאַלן זענען די מיטגלידער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אַרײַנגעפֿאַלן אין אַזאַ ייִאוש, אַז זיי האָבן זיך אַליין אַרײַנגעגנבֿעט אין דער גאַזקאַמער מיט די אַנדערע ייִדן. „זיי זענען געווען צדיקים,‟ האָט ראָריג באַמערקט.
„דערפֿאַר איז איצט אַזוי נייטיק אַרויסצולאָזן אַזאַ פֿילם,‟ האָט ער צוגעגעבן. „באַלד וועלן די לעצטע עדות אַוועק אויף אייביק, מוזן מיר ווײַזן דער וועלט, ווי אַזוי די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט דעם גענאָציד. צוויי־דריטל פֿון די ייִדן אין אייראָפּע זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן, און דאָך, האָט כּמעט יעדער חורבן־פֿילם ביז איצט אונדז דערציילט, דער עיקר, וועגן יענעם דריטל, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. מיר גיבן זיך אָפּ מיט יענע, וואָס מע האָט אומגעבראַכט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.